פון מויל צו אויער גייט אין די לעצטע שטונדען ארום די שמועה, וואס "אידישע נייעס" איז אייך פריילעך צו באשטעטיגן, אז די צוויי ברידערס - די סאטמאר'ע רבי'ס הר"ר זלמן לייב פון וויליאמסבורג און הר"ר אהרן פון קרית יואל האבן נעכטן גערעדט פאר עטליכע מינוט אויפ'ן טעלעפאון.

ווי א באריכט גיבט איבער פאר "אידישע נייעס" האט מהרז"ל'ס זוהן אנגערופן נעכטן נאכט מהר"א'ס זוהן (ר' מענדל טייטלבוים), מיט א געבעט אז זיין פאטער (מהרז"ל) וויל רעדן צו מהר"א. עטליכע מינוטן שפעטער זענען די צוויי רבי'ס געווען אויפ'ן טעלעפאון אינאיינעם. א היסטארישע פאסירונג, וועלכע א גרויסע טייל פון כלל ישראל קוקט שוין ארויס פאר איבער צוואנציג יאר!

מהרז"ל האט זיך נאכגעפרעגט ביי מהר"א וואס די מצב פון זיין רעבעצין איז, זינט זי ליגט שוין עטליכע טעג אין א שווערע צושטאנד זייענדיג אנגעשטעקט מיט'ן ווירוס, און ווי אויך האבן די צוויי ברידערס ארומגערעדט איבער די לאגע פון ר' ליפא טייטלבוים, זייער ברידער וועלכע ליגט אויך אין א שטערבליכע מצב אין די לעצטע וואכן.

עס איז זיכער, אז די פאלגענדע פאסירונג איז געווען היסטארישע מינוטן, די שאלה וואס דרייעט זיך אבער איצטער ארום איז, צו די צוויי ברידערס וועלן גיין צו דעם קומענדיגע שטאפל, און זיך נאך מעגליך טרעפן.

די לעצטע בילד וואס עס איז פארהאן פון די צוויי ברידערס אינאיינעם



באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל