אידישע נייעס: באריכט פאר דינסטאג בראשית

ארץ ישראל - די עלטסטע מענטש פון ארץ ישראל, שלמה סולעימאן, איז די וואך געשטארבן אינעם טיפן עלטער פון 117 יאר. שלמה איז געבוירן געווארן אין תימן און איז געווען ביים פולן זינען ביז אין די לעצטע מאנאטן ווען זיין געזונטהייט-לאגע האט זיך אנגעהויבן פארערגען. שלמה האט יעדן טאג גע'דאווענט מיט מנין ביז די לעצטיגע קאראנעווירוס-לאקדאון.

ארץ ישראל - א פירמע וועלכע איז הויפטקווארטירט אין דובאי האט געזאגט אז זי וועט זיך אנגעבן אז זי איז אינטערסירט אפצוקויפן די "ישראייר" לופטליניע, נאכדעם וואס די פירמע איז געווארן ארויסגעלייגט פאר א ליציטאציע. די פירמע איז איינס פון די גרעסטע מדינת ישראל טראוועל און טוריזם פירמעס.

ארץ ישראל - דאקטוירים טוען אויספארשן 81 קאראנעווירוס פעלער ווי פאציענטן וועלכע האבן שוין געהאט ערהוילט פון די ווירוס זענען נאכאמאל אנגעשטעקט געווארן.

עזה - די פאלעסטינע אויטאריטעטן פרעמיער מיניסטער האט געזאגט אז אויב טראמפ וועט ווערן ווידערוויילט פאר נאך פיהר יאר אלס פרעזידענט וועט עס זיין קאטאסטראפיש, זאגענדיג "אויב מיר גייען לעבן פאר נאך פיהר יאר וואס טראמפ איז פרעזידענט זאל די באשעפער אונז היטן און די גאנצע וועלט!"

שווייץ - די פירער פון די "וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע" האט געמאכט א שטארקע טויש איבער זיין מיינונג איבער די קאראנעווירוס לאקדאונס, זאגענדיג "לאקדאַונס טוט נישט העלפן צו קאנטראלירן די ווירוס!"

ענגלאנד - פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט אנאנסירט א נייע ליסטע פון קאראנעווירוס רעגולאציעס פאר די "גאר הויכע אלערט געגנטער". די נייע גיידליינס וועט הייסן פארמאכן אלע שענק און בּאַרס, אבער נישט קיין שולעס.

וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן (מאנטאג) געבראכן א רעקארד פון שרייבן 60 טוויטס אויף די טוויטער פלאטפארמע. דאס איז די מערסטע טוויטס אין איין טאג זינט ער איז געווארן פרעזידענט.

וואשינגטאן - די עף-בי-איי האט געזאגט אז די גרופע וועלכע האט פרובירט צו אומברענגען די מישיגען גאווערנער די פארגאנגענע וואך, האט אויך געהאט פלענער אומצוברענגען די ווירדזשיניע גאווערנער.

קאליפארניע - די טעכנאלאגיע ריז "עפל" האט היינט דורכאויס איר יערליכע איווענט געצייגט איר נייע "אייפאון 12" טעלעפאָונס. די נייע אייפאון'ס וועלן האבן בערך די זעלבע אויסקוק ווי די עלטערע טעלעפאנען, און וועט זיין די ערשטע עפל פאון וועלכע וועט האבן די מעגליכקייט צו פינקציאנירן מיט 5-דזשי סערוויסעס. זעהט פולע איווענט.

קאליפארניע - די גרעסטע סאשעל מידיא פירמע פעיסבוק, האט היינט געמאלדן אז זי וועט בויען א נייע סיסטעם וועלכע וועט אראפנעמען מעסעדזשעס וועלכע טוט לייקענען די וועלט קריג. ווי אויך האט פעיסבוק געזאגט, אז זי וועט אנהייבן בלאקירן עדס וועלכע וועט מוטיגן מענטשן נישט צו וואקסינירן, און וועט ארומשיקן מער עדס אז מען זאל נעמען די פלו-שאַטס.

אילינאי - ברוך דיין האמת! א שטארק באקאנטער בעל חסד און פילאנטראפיסט פון שיקאגא, יונה כהן, איז נעכטן געשטארבן נאכ'ן זיין פארמישט אין אן עקסידענט אין מישיגען. ער איז געווען 46 יאר אלט און פלעגט וואוינען אין ניו דזשערסי בעפאר ער האט גע'מופט צו שיקאגא. יהא זכרון לברכה!

ניו דזשערסי - די דזשאנסאן און דזשאנסאן מעדעצין פירמע, האט געזאגט אז זי האט אפגעשטעלט איר שטודיע פאר א וואקסין פאר די קאראנעווירוס, נאך וואס איינס פון די מענטשן וועלכע זענען שטודירט געווארן מיט איר וואקסין האט געצייגט א געוויסע סארט קראנקהייט. די פירמע האט נישט מיטגעטיילט מער דעטאלן. ווי אויך האט מען געהערט פון די "אלי לילי" מעדעצין פירמע, אז זי וועט אויך אפשטעלן איר שטודיע איבער אן אנטי-באדיס מעדעצין פאר קאראנעווירוס נאך א באפעל וואס זי האט באקומען פון די העלט-דעפארטמענט, צוליב מורא איבער פאטענציעלע געזונטהייט אישאָוס.

ניו יארק - א גרופע פון בילדינג-דעפארטמענט אינספעקטארס האבן זיך היינט אראפגעלאזט איבער בארא פארק, און אויסגעטיילט געלט-שטראפן פאר געשעפטן, שולעס און בתי מדרשים וועלכע טוען זיך נישט האלטן צו די רעגירונגס גיידליינס. זעהט ווידעא.

ניו יארק - די טשיף אוו פאטראל פון די ען-וויי-פי-די, פאוסטא פיטשאַרדא, האט היינט רעזיגנירט. פיטשאַרדא איז געווארן געשטעלט דורך די קאמישענער די פארגאנגענע דעצעמבער. לויט א ניו יארק פאוסט באריכט האט פיטשאַרדא רעזיגנירט צוליב א קריגעריי אין סיטי האָל.


האלט אייך אנגעבינדן מיט די "אידישע נייעס" פלאַטפאָרמע, צו באקומען די טעגליכע נייעס פון ארום דער וועלט!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל