די שומרונים (אדער כּוּתִים‎) זענען א אָפּפאַל פון כלל ישראל וואס שטאמען בעיקר פון די שבטים אפרים און מנשה און אביסל פון שבט לוי.

זיי האבן נישט געגלייבט אין די הייליגע חכמים ז"ל און אונזער תורה שבעל פה, און האבן געפירט א גאר אנדערע ווערסיע פון די תורה אין פארגלייך צו אונזער מסורה. אין פאקט, אפילו זייער ווערסיע פון די תורה שבכתב, וואס אפילו די קריסטן אנערקענען אלס א מסורה (כאטש וואס זיי האבן צעגלייגט זייער אייגענע שטותים), איז אויך אנדערש ביי די שומרונים וואס האבן א א באזונדערע נוסח מיט עטליכע טויזענט אונטערשיידן.

אבער, די שומרונים זענען נאכנישט פארשווינדען געווארן, צום ווייניגסטענס לויט די מיינונג פון מערסטנס היסטאריקער. כאטש וואס רוב פון זייער ריזיגע קהילות האבן זיך אפגע'שמד'ט במשך די יאהרן צו קריסטנטום און איסלאם, ווערט געשאצט אז אומגעפער 1,900 שומרונים לעבן היינט אין די מיטל מזרח, אין די פאלעסטינע שטחים און אין סיריע.

מיר ערליכע אידן (גערופען "הלכה אידן") אידענטיפיצירן זיך נישט מיט זיי בכלל, און כאטש וואס זיי זענען אנערקענט אין מדינת ישראל אלס א רעליגיע, דארפן זיי דורכגיין א פולע גיירות פּראָצעדור אויב זיי ווילן ווערן געהעריגע אידן.

איינע פון די אינטערעסאנטע אונטערשיידן צווישן זיי און אונזער תורת אמת, איז די מצוה פון סוכה און די ארבעה מינים. ביי אידן מאמינים בני מאמינים זענען פארהאן צווי באזונדערע מצוות אין דעם יום טוב, איינס צו עסן און שלאפן אין די סוכה און א צווייטע צו שאקלען די ד' מינים. מיר טייטשן די פסוק פון "בסכת תשבו שבעת ימים כל האזרח בישראל ישבו בסכת" (ויקרא כג מב) אלס א מצוה פאר זיך און די פסוק פון "ולקחתם לכם ביום הראשון פרי עץ הדר כפת תמרים וענף עץ עבת וערבי נחל" (ויקרא כג, מ) לויט ווי די חז"ל האבן אונז געלערנט (סוכה לה.) וועלכע מינים צו "נעמען", און עס שאקלען ווי די ספר החינוך (מצוה שכד) אויף אלע זייטן אלס א צווייטע מצוה פאר זיך.

די שומרונים האבן דאס אפגעלערנט אלס איין מצוה צו נעמען די מינים און בויען א סוכה דערפון.

פאלגענד זעהט בילדער פון זייערע סוכות.

(פארשטייט זיך אז ביי זיי זענען די פרויען מחיוב פונקט ווי די מענער, זינט זיי גלייבן נישט אין די חז"ל אז נשים זענעם פון א מצות עשה שהזמן גרמא.)

ברוך הוא שהבדילנו מן התועים.






באשריבן דורך פון ישי שאלאמאן פאר אידישע נייעס און ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל