הנגיד שלמה יהודה רעכניץ קומט ארויס שארף אקעגן העשי טישלער
בילד קרעדיט: בחדרי חדרים

ארטיקל דורך יושע לאווי

נאכדעם וואס עס איז פארגעקומען די פראטעסטן אין בארא פארק אקעגן די קאומא אדמינסטראציע פאר׳ן ארויסלייגן א פרישע סעריע פון שטרענגע קאראנעווירוס רעגולאציעס, צילענדיג ספעציעל אויף היימישע געגנטער, איז ארויסגעקומען די באקאנטער נגיד און פילאנטראפיסט ר׳ שלמה יהודה רעכניץ אקעגן דער וואס האט אנגעפירט די פראטעסטן, דער אקטעוויסט העשי טישלער.

אין אן עפנטליכער בריוו וועלכע איז געווארן פובליצירט, הייבט רעכניץ אן צו שרייבן ״צום ערשט, האב איך זיך גע׳אמפערט מיט מיינע מחשבות צו איך זאל ארויסקומען מיט די פאלגענעדע בריוו, אבער איך האב באשלאסן אז איך קען נישט צוזעהן די חרבנות וואס קומט פאר ביים היימישן ציבור און שווייגן, ווייל איך וועל נישט קענען זאגן ידי לא שפכו את הדם״.

רעכניץ, א ריזן שטיצער פון דער תורה-וועלט, טוט זיך בייזערן אז טישלער ארגאניזירט גרויסע פראטעסטן אקעגן געזעצן פון די רעגירונג, געזעצן וועלכע זענען געווארן אראפגעשטעלט צו באשיצן אונז מיטן ציהל אפצושטעלן דעם ווירוס.

״די קאראנא איז בלויז א קינדער שפיל ווען מען שטעלט דאס צו מיט די פאטענציעלע חורבן וואס וואקסט שטילערהייט יעדן טאג. די נייע קאטאסטראפע קען נישט געהיילט ווערן דורך א מעדיצין״, שרייבט רעכניץ אין זיין בריוו, ״מיר אידן ווערן יעדן טאג אין א גרעסערע געפאר.  איך צווייפל צו עס איז אפילו פארהאן איין גוי וואס האט געזען אדער געלייענט וועגן אונזער יעצטיגע שלעכט אויפפירונג און נישט גלייך אנגעזאפט א האסע אקעגן די אידן, זיי קוקן דאס אן ווי די אידן זענען סעלפי״ש, גלייכגילטיג און ווי העכער די געזעץ, און זיי האבן מורא אז די ווירוס וועט מיט די צייט דערגרייכן זייערע געגנטער, זיי טוען זאגן צו זיך די אידן גייען נישט אן אויב מיר שטארבן".

"צו שאפן אנטיסעמיטיזם, פעלט זיך אויס פיל ווייניגער ווי וואס מיר טוען יעצט, מיר טוען יעצט ברעכן רעקאָרדס, די איצטיגע התנהגות איז קיינמאל נאכנישט פארגעקומען בעפאר דורך אידן אין אמעריקע, מיר האבן שטענדיג געוואוסט אונזער פלאץ. איידער די צווייטע וועלט מלחמה, פילע מענטשן האבן דאן געקענט אנטלויפן אבער האבן קיינמאל זיך נישט פארגעשטעלט אין זייער ווילד׳סטע חלומות וואס עס וועט זיי דערווארטן ווייטער. היינט, צוליב פילע סיבות, האלט זיך די וועלט אויף א האר, מענטשן האָבן פארלוירן זייער דזשאבס, מען קען נישט באצאלן קיין רענט אדער פאר עסן, מענטשן האבן געליטן אדער זענען דערשראקן צו באקומען די קאראנעווירוס, עטליכע האבן אפילו פארלוירן א נאנטער, וועלכע גערעכטיגקייט איז פארהאן אין די אלע קאלירן פון די רעגנבויגן."

ער שרייבט ווייטער די נאכוויען פון ​​דער קאראנע: "מער מענטשן נעמען אין די היינטיגע טעג פסיכיאטרישע פראדוקטן מער ווי סיי ווען בעפאר, די גלאבאלע סיטואציע ווערט מער און מער אנגעצויגן און איין קליינע פינק פון פייער קען צוברענגן צו א מאסיווע אויפרייס. ״זיי קענען זיין ״פּראָגרעסיוו!״ עס איז נישט קיין ספק אז די סיבה וואס ברענגט אונזער פראבלעם, די סיבה פארוואס מיר פילן זיך פארזיכערט, איז צוליב דעם וואס מיר פארגעסן אז מיר זענען איז גלות. דאס איז נישט אונזער לאנד, מיר זענען אין אמעריקע בלויזע געסט. נאך איבער טויזנט יאר האבן מיר ענדליך באקומען די בירגער-רעכט צו נישט מוזן וואוינען אין געטאס.״

די בריוו ציהט זיך דאן אריבער איבער העשי טישלער: ״העשי טישלער טענה׳ט מיט א שקרות אז ער טוט זיין אונזער פארשטעלער. ער טוט ארגאניזירן דעמאנסטראציעס ווי מען טוט פערזענליך אנרופן מיט שפעט ווערטער די אויטאריטעטן, ווי ״שמוציגע בהמות, נאציס, קאפויס״ און אנדערע נער׳ישע לויזונגען וואס די קלאַונס ליינען דארט פאר. אויב איר מיינט אז איך נעם דאס פערזענליך, דאן ניין, עס באדערט מיר ווייל דאס טוט לייגן מיין און אייערע פאמיליעס און א סכנה.

‌‎"די מדרש זאגט, אויב מען זאגט דיר אז עס איז פארהאן תורה ביי די גוים, גלייב עס נישט. אבער אויב מען זאגט דיר אז עס איז פארהאן קליגשאפט ביי די גוים, דאן קענסט עס גלייבן. מיר האלטן יעצט אינמיטן א פענדעמיע, אזאנס וועלכע איז נאך קיינמאל נישט געזען געווארן, און די סדר העולם איז, אז מען זוכט איינעם צו באשולדיגן. א האלבע לאנד האט געשריגן אז טראמפ איז שולדיג, און די אנדערע האלב האט געוויזן אויף כינע. דאס איז ענדליך געווען די ערשטע קאטאסטראפע וואס די אידן זענען נישט באשולדיגט געווארן. אבער זארגט אייך נישט, עטליכע פון אונזערע מענטשן, האבן דאס פארראכטן און איצט וועלן מיר ווייטער באשולדיגט ווערן״, שרייבט רעכניץ מיט א פארביטערקייט.

״מיר קענען נאכאלס נישט אויסטראכטן אייגענע געזעצן, און מיר מוזן ווייטער אויסהערן די רבנים וועלכע מיר האבן אויסגעהערט ביז היינט וועלכע האבן געהייסן אז מיר זאלן נאכפאלגן די אנווייזונגען פון די געזונטהייט עקספערטן. יא, מיר לעבן אין א דעמאקראטיע, און יא, מיר האבן די רעכטן פון זיך אויסדרוקן פרייערהייט. אבער טישלער׳ס האס-ווערטער ווערט נישט באטראכט ווי ׳רעדע׳. מיר קענען אייביג מיטשטימען אדער נישט מיטשטימען, אבער נישט אויף אזא פארנעם.״

הנגיד ר׳ שלמה יהודה רעכניץ ענדיגט צו זיין בריוו: ״לאז מיר זיין קלאר, העשי טישלער איז נישט סתם א קנאי, ער איז א ׳רודף׳ (וועלכע גייט נישט אן קיין דין מסירה) און זיינע שלעכטע מעשים זענען באקאנט פאר יעדעם״.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל