ארטיקל דורך יושע לאווי
ניו יארק - עזרת נשים, אן ערשטע-הילפס ארגאניזאציע וועלכע טוט ארויסהעלפן פרויען אין צייט פון נויט האט די וואך געמאלדן אז זי האט באוויזן אהערצושטעלן איר ערשטע אמבולאנס.
ווי מרת. לאה לעווין, איינס פון די פירער פון עזרת נשים האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט, איז די ארגאניזאציע דא צו העלפן פרויען וועלכע ווילן האבן פרויען אלס זייערע ערשטע-הילף וואלענטורן, און צוליב וואס הצלה וויל נישט אריינעמען פרויען אונטער זיך, האבן זיי געברויכט עפענען אן אייגענע אגענטור.
עזרת נשים האט זיך דורכאויס די לעצטע יארן שטארק ארומגעמוטשעט זיך צו קענען אראפשטעלן אלס אן אפיציעלע הילפס-אגענטור און צו קענען שאפן די נויטיגע פערמיטן צו קענען פארמאגן אן אמבולאנס צוליב וואס פולע האבן פרובירט אונטער צו לייגן פיסלעך, ספעציעל די וואוילטעטיגע הצלה אגענטור.
אין יאר 2019 איז זייערע פרואוון צו קענען באקומען די לייסענס צו נוצן אמבולאנסן אפגעווארפן געווארן ביי א זיצונג מיט די ניו יארק סטעיט אי-עם-עס קאמיטעט (SEMSCO), צוליב וואס עטליכע מענטשן פון די באָורד זענען געווען ארבעטערס אדער געוועזענע מיטארבעטערס פון הצלה, אבער דאס יאר אין אפריל נאך א זיצונג מיט די אי-עם-עס קאמיטעט האבן זיי באוויזן צו באקומען די נויטיגע לייסענס נאך א שטימונג ווי זיי האבן געוואונען מיט א גאר שטארקע מערהייט פון 23 פון 25 שטימעס.
אין א פרייליכע מעלדונג איבער סאציאלע מידיא האט די עזרת נשים אגענטור ארויסגעלייגט די וואך די בשורה אז זי האט ענדליך באוויזן אהערצושטעלן איר ערשטע אמבולאנס, וואס דערמיט וועט שטארק פארשנעלערן די צייט צו ברענגען הילף פאר די באדערפיגע.
די עזרת נשים ארגאניזאציע איז געעפנט געווארן פינף יאר צוריק דורך די ערשטע ניו יארק'ע ארטאדאקסישע ריכטער רחל פרייער.
October 25, 2020, marked a momentous day for Ezras Nashim, as members of the organization gathered to officially welcome the newest member of the team.
— Ezras Nashim (Official Account) (@EzrasNashimEMTs) October 26, 2020
It is with profound gratitude to Hashem and all our supporters that we proudly present, for first time, Ezras Nashim Ambulance. pic.twitter.com/nLnSCgQCS0
הוסף רשומת תגובה