מדינת ישראל - רוני גאמזו די קאראנעווירוס קאמישאנער וועט ווייטער טוען זיין פאסטן פון קווארענטין נאך וואס איינס פון זיינע מיטארבעטער זענען געווארן אנגעשטעקט מיט'ן ווירוס.

ענגלאנד - צוליב א העכערונג פון פרישע קאראנע פעלער אין לאנדאן, וועט ווערן אריינגעשטעלט א נייער געזעץ אין קראפט, וועלכע וועט פארבאטן פארזאמלונגען פון מער ווי זעקס מענטשן. די נייע געזעץ וועט נישט ארויפגיין אויף שולעס, ארבעטס פלעצער, חתונות און ספורטס געימס.

אוקראינע - די הויפט רב פון קיעוו, יונתן מארקאוויטש, איז נעכטן געווארן באלוינט מיט א מעדאל פון כבוד אין די אוקראינער פארליאמענט. דאס איז די ערשטע מאל אינעם היסטאריע וואס אן אידישע רעליגיעזע מאן איז געווארן באלוינט מיט די העכסטע מעדאל אינעם אוקראינער פארליאמענט.

אפגאניסטאן - כאטש 10 מענטשן זענען טויט און 15 אנדערע פארוואונדעט נאך וואס א באמבע וועלכע האט געציהלט די אפגאנער וויצע פרעזידענט האט אויפגעריסן. דער וויצע פרעזידענט האט באוויזן צו אנטלויפן אן ווערן געשעדיגט.

יו-עי-אי - אבו דהאבי'ס דעפארטמענט פון קולטור און טוריזם האט פארארדענט אז אלע האטעלן מוזן צולייגן אן "כשר" אפציע אויף די האטעל-סערוויס מעניוס.

נארוועגיע - פאליציי האבן ארעסטירט א פארשוין וועלכע איז געווען געזוכט פאר'ן זיין פארמישט מיט'ן טויטליכן אטאקע אויף די אידישער גאלדענבערג רעסטוראנט אין פאריז אין יאר 1982, וועלכע האט איבערגעלאזט זעקס טויטע. די פאליציי האט נישט ארויסגעגעבן די נאמען פונעם פארשוין.

וואשינגטאן - די אמעריקאנער ארמיי האט געמאלדן אז זי וועט ארויסציען נאך 2,200 סאלדאטן פון איראק, ברענגענדיג די צאל סאלדאטן צו 3,000. פרעזידענט טראמפ איז געשאצט צו געבן א סטעיטמענט אין די ענדע פונעם טאג.

וואשינגטאן - מדינת ישראל און יו-עי-אי וועלן אונטערשרייבן די היסטארישע אפמאך וואס וועט טוען נארמאליזירן זייער באציאונגען אינעם ווייסן הויז סעפטעמבער 15. לויט א באריכט וועט פרעמיער נתניהו זיך באטייליגן.

ניו יארק - די סטאק מארקעט האט נעכטן געהאט איר דריטע שלעכטע טאג אין א ציה, צוליב וואס אינוועסטירער האבן אנגעהויבן צוריק צו פארקויפן זייערע סטאקס אין טעכנאלאגישע פירמעס, נאך וואס זיי האבן געהאט עטליכע גוטע וואכן. טעסלא האט געהאט פון אירע ערגסטע טעג אין איר היסטאריע, פאלענדיג מיט איבער 21 פראצענט פון איר ווערד.

ניו יארק - די דשעי. פי. מארגן באנק האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט, זאגענדיג אז זי האט באווייז איבער פיהל מענטשן וועלכע האבן זיך איינגעשריבן צו קענען באקומען די קאראנע-פראגראמען און אָנעמפלוימענט טשעקלעך וואס די רעגירונג האט פארטיילט אין די לעצטיגע צייט, צולייגענדיג אז זי טוט קאאפערירן מיט די אויטאריטעטן.

ניו יארק - די טשיף פון די ראטשעסטער פאליציי דעפארטמענט האט רעזיגנירט נאך וואס די אטורני דזשענעראל האט אנאנסירט אז ער וועט עפענען אן אויספארשונג איבער די טויט פון א טונקל-הויטיגע פארשוין וועלכע איז געשטארבן זעקס מאנאטן צוריק, אינדערצייט וואס מען האט אים ארעסטירט.

האלט אייך אנגעבינדן מיט די "אידישע נייעס" פלאַטפאָרמע, צו באקומען די טעגליכע נייעס פון ארום דער וועלט!


די "אידישע נייעס" באריכט פאר מיטוואך פר' נצבים-וילך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל