באריכט פון יושע לאווי צו אידישע נייעס וועבזייטל

דער מייסטער טעראריסט אסאמא בין-לאדין'ס פלימעניקטע, נור בין-לאדין, האט לעצטנס אינדארסירט פרעזידענט טראמפ'ס 2020 קאמפיין אויף די טוויטער פלאטפארמע, שרייבענדיג "אסאמא בין-לאדין האט געשטיצט באראק אבאמא ווייל ער האט געציהלט אז אמעריקע זאל דורכפאלן, און איך טו שטיצן פרעזידענט טראמפ, ווייל איך וויל זעהן אמעריקע'ס הצלחה.

נור, האט זיך באצויגן איבער די ארטיקל וועלכע האט צום ערשט ערשינען אינעם "וואשינגטאן פאוסט" צוריק אין 2012, וואס האט באריכטעט אז אסאמא בין-לאדין האט פלאנירט צו מארדן פרעזידענט אבאמא, און וויאזוי נור זאגט, האט בין-לאדין געוואלט אז אבאמא'ס פארזעצער (די דעמאלטס'דיגע וויצע פרעזידענט) דזשאו ביידען זאל איבערנעמען דאס פרעזידענטשאפט. נור האט צוגעלייגט, אז אסאמא בין-לאדין איז געווען זיכער אז אויב ביידען וועט ווערן פרעזידענט וועט אמעריקע פאלן צו אירע קניען און עס וועט שאפן א שווערע קריזיס.

נור בין-לאדין טוט שוין שטיצן טראמפ זינט ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור אין 2015, און נור טוט שטארק אויסלויבן פרעזידענט טראמפ׳ס מהלך ספעציעל מיט די טעראריסטישע באנדע אייסיס, זאגענדיג אז אייסיס האט זיך געגרינדעד אונטער די פירערשאפט פון די אבאמא-ביידען אדמינסטראציע, און דורכגעפירט איבער אייראפע פולע אטאקעס, אבער טראמפ האט זיי אויסגעריסן נאך פאר זיי האבן געהאט א שאנס צו אטאקירן אמעריקע.

איר היסטאריע: נור, איז 33 יאר אלט, און איז געווען 14 יאר ביי די אומפארגעסליכע 9/11 אטאקע. זי האט זיך שוין באזוכט פילע מאל אמעריקע סיי בעפאר די אטאקע, און סיי נאכדעם. זי איז א טאכטער פון די עלטערע שטיף-ברידער פון אסאמא בין-לאדין. אירע עלטערן האבן זיך אפגעטיילט אין 1988, זי האט קיינמאל נישט געקענט איר פאטער, און איז אויפגעוואקסן מיט צוויי פון אירע געשוויסטער אין שווייץ.

נור, האט זיך שוין אויסגעדרוקט עטליכע מאל דורכאויס אינטערוויאוס אז די אטאקע האט ממש געטוישט איר לעבן, זאגענדיג אמעריקע איז אייביג געווען מיין צווייטע היים.

Photo Credit: The Boston Globe

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל