באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס וועבזייטל

אידן פון וויליאמסבורג און בארא פארק האבן די וואך זונטאג זיך אויפגעוועקט צו א צעטל וועלכע איז געגאנגען וויירעל ארום סאציאלע מידיא, איבער א נייע ״בארא פארק - וויליאמסבורג באס פירמע״. די דאזיגע צעטל האט אראפגעלייגט די מעלות פון די נייע פירמע און צוגעלייגט אז די באסעס וועלן אנהייבן פונקציאנירן נאך די ימים טובים.

א גרויסע טייל פונעם ציבור האט דערקלערט די נייעס אלס פאלש, ארויסצייגענדיג א ספעלינג-טעות אינעם צעטל, אנדערע האבן בכלל גע׳טענה׳ט אז די נייעס איז ״טאָ גאָד טאָ בי טראָו״ (עס איז צו גוט, עס זאל זיין אמת).

נאך א לענגערע פארשונג דורך די אידישע נייעס שרייבערס, זענען מיר ארויסגעקומען מיט א קלארע פארשטאנד, אז יא, די נייעס איז עכט!

וויאזוי עס הייסט יעצט, וועלן די באסעס אנהייבן צו פארן עטליכע טעג נאך סוכות, און וועט פארן דורך א נייער רוט (נישט אויף 50 און 49 סטריט). די פירמע ווערט געעפענט דורך א פרישע היימישע אינגערמאן, וועלכע זוכט צו טאן טובות פאר׳ן כלל.

די מעלות פונעם נייען באס-ביסטעם:
• עס וועט זיין עלעקטראנישע באסעס, וואס וועט זיין פיהל באקוועמער ווי רעגולאר גאז-באסעס
• פריינטליכע דרייווערס
• א פארגעשריטענע וועג וויאזוי מען וועט באצאלן
• די באסעס וועט מאכן פולע סטאַפס
• צוגעשטעלטע וויי-פיי און יו-עס-בי׳ס צו קענען איינשטעקן מאשינען
• די דרייווערס וועלן זיך אפשטעלן אויפ׳ן פארלאנג פון די פאסאזשירן
• די פרייז פון די שטאטישע באסעס
• איר ברויכט נישט האבן די פונקטליכע סומע געלט (די דרייווער וועט קענען געבן טזשענדזש)

ווי א קוואל וועלכע איז פארבינדן מיט די נייע פירמע גיבט איבער פאר אידישע נייעס, איז שוין צוויי באסעס אויסשטאפירט צו קענען דורכפירן די רוטס.

Photo Credit: SubCHat

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל