באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס וועבזייטל

א גרופע פון ברסלב׳ע חסידים זענען נעכטן (מיטוואך) ארעסטירט געווארן נאכן ראיאטירן ביים ציון פון ר׳ נחמן מ׳ברסלב איבער די שטרענגע אוקראינער קאראנע רעגולאציעס און איבער די צאל וויפאל חסידים וועלן זיך קענען באטייליגן היי-יאר ראש השנה ביים ציון אין אומאן. די ראיאטירער האבן אפגעבראכן באריקאדן וועלכע איז געלייגט געווארן צו קענען זיך האלטן צו די קאראנא גיידליינס. די פאליציי איז ערשינען, צוריק געשטעלט די באריקאדן און ארעסטירט עטליכע חסידים.

ווי עטליכע מדינת ישראל נייעס קוועלער באריכטן, האבן די מאיאריטעט פון די ברסלב׳ע חסידים געקענט באשטיין אז עס זאל ליגן אויסגעלייגט די באריקאדן צוליב וואס עס טוט אנצייגן ווי מען דארף גיין, און עס זאל זיין מער מסודר. אבער דאן האבן ערשינען א גרופע פון חסידים וועלכע האבן גע׳טענה׳ט אז די באריקאדן טוען שטערן און בלאקירן צו קענען אנקומען צום קבר, און האבן אנגעהויבן צו ראיאטירן און שיסן באריקאדן.

די נאציאנאלע קאונסיל פון ברסלב האט ארויסגעלייגט א מעסעדזש, שרייבענדיג ״די אינצידענט וואס מיר האבן מיטגעהאלטן די נאכמיטאג איז א בושה, עס איז שעדליך און א חילול השם און האט געטאן ברענגען שאדן פאר אלע ברסלב׳ע חסידים. דעריבער, טוען מיר בעטן אז אז יעדע איינס פון אונזער חסידות זאל נישט שטיין מיט צוזאמגעלייגטע הענט, נאר זאל רעדן צו אנדערע און געבן צו פארשטיין די אחריות וואס מיר האבן זיך צו האלטן צו די רעגירונגס גיידליינס. איינער וואס האלט נישט דערביי, מאכט שאדן פאר אלע פון אונז״.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל