אוקראינע - באריכטן צייגן אז אומאן וועט עפענען קומענדיגע וואך אירע גרעניצן פאר מענטשן פון ארץ ישראל און אמעריקע. מענטשן וואס ווילן אריינקומען, וועלן מוזן נעמען קאראנע-טעסטס.

ניו יארק - סעמסאנג האט געווינען א 6.6 ביליאן דאלערדיגע קאנטראקט צו העלפן ווערייזאן אויפבויען איר 5-דזשי נעטווארק. סעמסאנג וועט צושטעלן די מאשינען, העלפן אינסטאלירן און לויפן די מעינטענענס.

רוסלאנד - דער רוסישער אפאזיציע פירער אלעקסיי נאוולאני וועלכע איז פאר'סמ'ט געווארן, און געווארן אפגעפירט צו א בערלינער שפיטאל פאר באהאנדלונג, האט זיך נעכטן אויפגעכאפט פון זיין קאומע און איז צוריק צום באוואוסטזיין.

מדינת ישראל - פרעמיער נתניהו האט געמאלדן אז ער שטעלט אריין אין קראפט אן איבערנאכט קורפיו אויף 40 שטעט וואס זענען שטארק געשלאגן געווארן מיט'ן ווירוס. די נייעס קומט נאך פילע באריכטן אז נתניהו וועט שטעלן אן אפיציעלע לאקדאון אויף פילע שטעט צוליב וואס עס איז שוין פארהאן איבער 1,000 טויטע אין ארץ ישראל ה"י.

לבנון - די זוך-אקציע צו געפינען קערפער פון געפאלענע פון די בעירוט אויפרייס, איז נעכטן געקומען צו אן אפשטעל, האלטענדיג איבער א מאנאט נאך די אטאקע. די אטאקע איז צוגעברענגט געווארן דורך א פייער וועלכע איז געווארן אנגעצינדן אין א ווערהאוז וועלכע האט ערהאלטן איבער 3,000 טאָנס פון די  געפארפולע אמאניום נייטרעיט כעמיקאלן. די אטאקע האט אומגעברענגט 190 מענטשן און פארוואונדעט טויזענטער אנדערע.

קאליפארניע - די היסטארישע ריזיגע וואלד-פייערן וועלכע האבן שוין פארניכטעט מיליאנען מייל, האבן געשאפט שווערע היציגע וועטערס ארום באוואוינטע געגנטער. עטליכע מייל נעבן לאס אנדזשעלעס איז געשאצט געווארן צו זיין איבער 120 דעגרי. שווערע טויזנטער מענטשן האבן שוין געמוזט עוואקואירן צוליב די ווילדע פייערן.

אייאווע - פילע שטאטן אין אמעריקע האבן געמאלדן א דאסטישע אויפשטייג פון טיקעטס וועלכע זענען פארטיילט געווארן פאר'ן פאָרן אויף הייוועיס העכער די ספיד-לימיטס. ווי די פאליצי זאגט קוקט אויס, אז מענטשן ניצן אויס די געלעגנהייט אז די הייוועיס זענען ליידיגער צוליב וואס מענטשן טראוולען ווייניגער צוליב די פענדעמיע.

וואשינגטאן - די 2020 פרעזידענט קאנדידאט קעניע וועסט וועלכע האט שוין עטליכע מאל געטוישט זיין מיינונג צו ער לויפט אדער נישט... האט ארויסגעגעבן די ציפערן וויפאל זיין קאמפיין האט שוין געשפענד. וועסט'ס קאמפיין האט שוין געשפענד נאנט צו זעקס מיליאן דאלער וואס רוב פון די געלט זענען געקומען פון זיין אייגענע קעשענע, און בלויז 11,000 דאלער איז געקומען פון דרויסענדיגע געלטער.

האלט אייך אנגעבינדן מיט די "אידישע נייעס" פלאַטפאָרמע, צו באקומען די טעגליכע נייעס פון ארום דער וועלט!

די "אידישע נייעס" באריכט פאר מאנטאג פר' נצבים

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל