די מדינת ישראל קאראנעווירוס קאמישאנער רוני גמזו האט היינט געגעבן א פובליק סטעיטמענט ווי ער האט איבערגעבעטן הגאון הרב חיים קנייבסקי פארן רעדן אקעגן אים איבער זיין פסק אין די ווירוס.

ר׳ חיים האט האט ארויסגעגעבן א פסק אז ישיבה בחורים וואס לערנען אפגעזינדערט, און טוען נישט זיין אין קאנטאקט מיט גרויסע פארזאמלונגען זאלן זיך נישט גיין טעסטן פאר קאראנעווירוס אלס ביטול תורה.

קאמישענער גאמזו האט דורכאויס א באזוך אין ביתר עילית געלאזט הערן אז ר׳ חיים׳ס פסק טוט לייגן די חרדי׳שע ציבור אין א סכנה. די דאזיגע סטעיטמענט האט פאראורזאכט א שטארקע שנאה פון די חרדי׳שע ציבור צום קאמישאנער, ווי מען האט פארפירט אז גאמזו מוז רעזיגנירן פון זיין פאזיציע צוליב זיין אפענע סטעיטמענט אקעגן א גדול בישראל.

אין א רעדע היינט האט גאמזו געזאגט, ״איך האט דורכגעארבעט דעם ענין, און איך האב אויפגעפונען אז הגר״ח קנייבסקי האט נישט געהייסן די פובליק זיך נישט צו טעסטן, נאר ער האט זיך באצויגן צו עטליכע אינצידענטן פון בחורים וועלכע זענען איינגעשפארט, און האבן זיך שוין גע׳טעסט בעפאר. על כן, וויל איך זיך אנטשולדיגן פאר׳ן נישט ארויס האבן די פסק פון הרב קנייבסקי וועם איך טו שעצן און ארויפקוקן, און איך ציה צוריק פון מיינע רייד וואס איך האב געזאגט אויף אים.


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל