פלארידע גאווערנאר ראן דעסענטיס האט געמאלדן, אז ער האט אראפּגענומען די פארלאנג אז מענטשן וואס קומען אריין פון ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנעטיקוט דארפן זיך אריינשטעלן אין קוואראנטין. אנהייב פון די קאראנא אויסברוך האט פלארידע פארלאנגט אז ניו יארקער זאלן זיך אריינשטעלן אין קוואראנטין פאר פערצן טעג נאכ'ן אנקומען, וויבאלד ניו יארק און די ארומיגע סטעיטס האבן געהאט אסאך קעיסעס. יעצט זאגט גאווערנאר דעסענטיס אז מען קען שוין אראפּנעמען די פאדערונג, וויבאלד די צאל קעיסעס אין ניו יארק, ניו דזשערסי און קאנעטיקוט זענען גאר נאנט צו זערא.

קיין קוואראנטין אין פלאָרידע


דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל