פון לוח הציבור

קוועלער אינערהאלב דעם קאמפיין פונעם דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט דזשאו ביידען האבן געזאגט, אז ביידען האט באשלאסן אפצושטופן זיין מעלדונג פון וועמען ער וועלט אויס אלס וויצע פרעזידענט מיטלויפער. אריגינעל האט געהייסן אז ביידען וועט דאס שוין מעלדן ענדע פאריגע וואך, אבער לויט ווי עס הייסט יעצט, וועט ער ערשט ווארטן אויף די וואך ווען עס גייט פארקומען די דעמאקראטישע נאציאנאלע קאנווענשאן.

עס איז נישט קלאר פארוואס ביידען האט באשלאסן אפצושטופן זיין מעלדונג, אבער פאליטישע אנאליסטן שפעקולירן אז דאס איז פשוט צוליב וואס ער האט נאכנישט געמאכט זיין ענדגילטיגע באשלוס און אויסוואל. די אנאליסטן זאגן אז ביידען פארשטייט אז סיי וועמען ער וועלט אויס, וועט נישט נאר דארפן זיין עמיצער וואס שטעלט צעפרידן די דעמאקראטישע וויילער, נאר אויך עמיצער וואס וועט קענען ביישטיין און דורכשוויצן אטאקעס פון פרעזידענט טראמפ.

דאס אפשטופן דעם מעלדונג, איז געקומען אינאיינעם מיט דעם וואס איינער פון די פאטענציעלע קאנדידאטן אויף די שפיץ פון ביידען'ס ליסטע, איז פארוויקלט געווארן אין א סקאנדאל. די רעדע איז פון קאליפארניע קאנגרעספרוי קערען בעיס, וואס עס איז אפירגעקומען גאר קאנטראווערסיאלע און מאדנע קאמענטארן וואס זי האט געמאכט אין יאר 16', נאכדעם וואס דער גרינדער פון די קאמוניסטישע רעזשים אין קובא, פידעל קאסטרא, איז געשטארבן. בעיס האט זיך דאן אויסגעדרוקט אין א טרויער מעסעדזש אז קאסטרא איז געווען "קאמענדאנטע ען העפעי", וואס איז אן עהרנפולע טערמין וועלכע באדייט "קאמאנדיר אין טשיף". זי האט אויך דאן אויסגעדרוקט מיטלייד מיט'ן קובאנער פאלק איבער'ן טויט פון קאסטרא, און האט דערמיט איגנארירט דער פאקט אז א מערהייט פונעם קובאנער פאלק האט געהאסט קאסטרא און האט געליטן פון אונטערדרוקונגען אונטער זיין שטייפע הערשאפט.

רעפובליקאנער האבן זיך ארויפגעכאפט אויף די אפירגעקומענע קאמענטארן פון בעיס, און געזאגט אז דאס איז נאך א באווייז אז די דעמאקראטן רוקן זיך צו סאציאליזם און עווענטועל וועט דאס גרייכן צו קאמוניזם. עטליכע רעפובליקאנער האבן געזאגט אז בעיס'ס קאמענטארן זענען נישט געווען סתם א טעות, נאר זי האט א היסטאריע פון דורכפירן אסאך רייזעס קיין קובא אין די לעצטערע יארן, וואס דערמיט צייגט דאס איר נאנטשאפט מיט די קאסטרא רעזשים.

בעיס האט פרובירט צו אדרעסירן די פרישע קאנטראווערסיע און האט זיך פארשטיין געגעבן. זי האט געזאגט אז ווען זי האט אויסגעדרוקט מיטלייד מיט'ן קובאנער פאלק, האט זי געמיינט צו זאגן די וועלכע לעבן נאך אין קובא, און זי האט נישט געמיינט צו זאגן די קובאנער וואס וואוינען אין אמעריקע נאכ'ן אנטלויפן פון די רעזשים. זי האט אויך געזאגט אז זי האט זיך געלערנט א לעקציע איבער קאסטרא'ס ברוטאליטעטן, און זי האט צוגעלייגט און געזאגט "איך בין נישט א קאמוניסט, און נישט א סאציאליסט".

נאך א באווייז איבער די פארלוירנקייט פון ביידען און די קאנפידענץ פון טראמפּ, האט פרעזידענט טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער געזאגט אז ער וויל שטארק אז מען זאל סקעדזשולען מער דעבאטעס צווישן דעם פרעזידענט און דעם דעמאקראטישן פרעזידענט קאנדידאט דזשאו ביידען, און אויך זאגט דער קאמפיין מענעדזשער אז ער וויל די דעבאטעס זאלן פארקומען וואס פריער, און מען זאל נישט ווארטן ביז אזוי נאנט צו די וואלן. 

אין אן אינטערוויו, האט מענעדזשער ביל סטעפיען אויסגעדרוקט זארג איבער די יעצטיגע דעבאטע סקעדזשול, וואס די ערשטע דעבאטע וועט ערשט פארקומען אום סעפטעמבער 29. ער האט געזאגט אז די ערשטע דעבאטע און אזוי אויך די נאכפאלגענדע דעבאטעס וועלן זיין צו שפעט אינעם סקעדזשול, און וועט נישט איבערלאזן א שאנס פאר די וועלכע געבן אפ זייערע שטימען פריער, צו קענען זעהן ביידע קאנדידאטן זיך אויס'טענה'ן איבער די אישוס.

"מיר ווילן מער דעבאטעס, און מיר ווילן די דעבאטעס זאלן זיך אנהייבן פריער", האט סטעפיען געזאגט, שטייענדיג בלויז צוויי וואכן נאכדעם וואס ער איז אריינגעקומען אין אמט אלס מענעדזשער. "די ערשטע דעבאטע איז סעפטעמבער 29, און דעמאלט וועלן שוין זעכצן סטעיטס האבן אפן זייערע שטים בודקעס פאר פריע שטימען. דאס איז א זארג פאר מיר. איך וויל זעהן פרעזידענט טראמפ אויפן דעבאטע פאדיום קעגן דזשאו ביידען".

אין די זעלבע צייט הערט מען פון געוויסע דעמאקראטן וועלכע זאגן אז נישט נאר וואס ביידען זאל נישט מסכים זיין צו מער דעבאטעס מיט פרעזידענט טראמפ, נאר ער זאל אפילו זיך נישט צושטעלן צו קיין איין דעבאטע. דזשאו לאקהארט, געוועזענער ווייסע הויז פרעסע סעקרעטאר פאר פרעזידענט קלינטאן, האט געזאגט אז ביידען דארף קענסלען אלע דעבאטעס און דערקלערן אז ער וועט נישט דעבאטירן מיט פרעזידענט טראמפ.

אנאליז: דזשאָו ביידען איז פאַרלוירן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל