דריי כוליגאנעס זענען ארעסטירט געווארן נעכטן נאכט אין בארא פארק דורך די פאליציי מיט די הילף פון חברה שומרים, נאך וואס זיי האבן געשלאגן און געשטאכן א שומרים מעמבער.

ארום 11 אזייגער ביינאכט האט א שומרים וואלענטור בייגעוואוינט ווי 4 פערזאנען פרובירן זיך איינצוברעכן אין עטליכע אויטאס, און דאן אטאקירן א בייגייער. דער שומרים מעמבער האט צוגעלאפן און פרובירט אפצושטעלן די אטאקע, ווען דאן האט איינס פון די אטאקירער געשטאכן די וואלענטור אינעם רעכטע פיס מיט א מעסער וועלכע איז שפעטער געפונען געווארן אויפ'ן סצענע.

דריי פון די פיר פוליגאנעס זענען געכאפט געווארן דורך חברה שומרים וואלענטירן, און איין כוליגאן איז אנטלאפן פונעם סצענע.

די שומרים מעמבער וועלכע איז געשטאכן געווארן איז געווארן אריינגעפירט צו די מיימאנידיס שפיטאל, און געווארן ארויסגעלאזט עטליכע שטונדן דערויף מיט לייכטע וואונדן.


שומרים מעמבער געשטאכן אין בארא פארק


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל