ווייסע הויז וואָרטזאָגער מעקענעיני זאָגט, אַז פרעזידענט טראָמפ האָט נישט קיין שום פראָבלעם מיט מענטשן וואָס גייען מיט מאַסקעס, און ער האַלט אַז ס'העלפט קעגן קאָראָנאַ וויירוס. די קאָמענטאַרן קומען אין א צייט וואָס אַסאַך רעּפובליקאַנער און דעמאָקראַטן האַלטן אַז טראָמפ זאָל אַרומגיין אין פובליק מיט א מאַסקע, צו צייגן פאַר'ן פאָלק די וויכטיגקייט דערפון. וואָרטזאָגער מעקענעיני זאָגט אַז טראָמפ האַלט טאַקע אַז עס העלפט, אָבער אין די זעלבע צייט וויל ער אַז יעדער איינער זאָל זיך מאַכן א באַשלוס פאַר זיך צי ער זאָל יאָ אָדער נישט גיין מיט א מאַסקע.

ווייסע הויז: טראמפ וויל מאסקעס



דורך לוח הציבור

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל