בארא פארק - נאך א פארצויגענע זוך-אקציע דורך די איבערגעגעבענע חברה שומרים ארגאניזאציע אין די לעצטע טעג האבן די געטרייע וואלונטירן באוויזן צו צוריק ברענגען טייערע מוזיקאלישע אינסטרומענטן וועלכע איז גערויבט געווארן די פארגאנגענע וואך.

וויאזוי א חברה שומרים מיטגליד גיבט איבער פאר די "אידישע נייעס" קוואל, איז דער באקאנטער מוזיקאנט "יאסי שטענדיג" גערויבט געווארן די פארגאנגענע מאנטאג ווען זיין אויטא וועלכע איז געווען פארקירט פארענט פון זיין הויז, איז נישט געווען פארשפארט, און א כוליגאן האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און גערויבט אינסטרומענטן אין ווערד פון ארום זיבן טויזענט דאללער.

נאך א לענגערע זוך-אקציע דורך חברה שומרים האבן עטליכע וואלונטירן באוויזן א לייגן א האנט איבער די ארט ווי דער רויבער ארבעט. נאכן אים פארהאלטן האט דער כוליגאן צוגעזאגט צו ברענגען א טאג דערויף די אינסטרומענטן אין דזשאַב, ווי ער וועט דאס צוריקגעבן צו חברה שומרים, אבער דאן איז דער רויבער מער נישט ערשינען אין ארבעט. בלויז נאך פילע טעלעפאנירונגען און סטראשערייען אז מען וועט ארויסלייגן זיין אידענטיטעט איבער די מידיא, האט ער איינגעשטימט צו איבערגעבן די טייערע אינסטרומענטן צו די געטרייע וואלונטירן.

ווי דער חברה שומרים מיטגליד ענדיגט צו, טוט ער בעטן פון די "אידישע נייעס" זשורנאליסטן ארויסצולייגן א קלאהרע געבעט אין נאמען פון חברה שומרים נישט צו פארגעסן צו צושפארן די אויטאס און נישט איבערלאזן קיין טייערע חפצים אין די אויטאס, צו שפארן צייט און עגמת נפש פאר זיך און פאר אנדערע.

יאסי שטענדינג באדאנקט זיך צו חברה שומרים אויף די טוויטער פלאטפארמע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל