🛑 זהירות: אין דעם פאלגענדע ארטיקל איז פארהאן עטליכע גראפישע אויסדרוקן און ווידעאס!

שווערע פראטעסטן פארנומען אין די לעצטע טאג די גאסן פון מינעאפאליס, מינעסאטע נאך וואס א ווידעא וועלכע איז ארום וויירעל איבער סאציאלע מידיא פלאטפארמעס האט געצייגט, וויאזוי א פאליציי-אפיציר זיצט מיט זיינע קניען אויף א טונקל-הויטיגער פארשוין, מינוטן איידער דער ארעסטירטער האט פארלוירן זיין באוואוסטזיין, און דאן געשטארבן.

ווי די ווידעא צייגט, זעט מען א מינעאַפאָליס פאליציי אפיציר טוט זיצן  מיט זיינע קניען אויף א טונקל-הויטיגע פארשוין וועלכע איז ארום 40 יאר אלט, און טוען זיך נישט וואוסענדיג מאכן פאר לאנגע מינוטן פון די געבעטן פון די פארשוין און ארומיגע אז דער פארשוין קען נישט אטעמען, ביז די דאזיגער פארליזט זיין באוואוסטזיין. 

די לאקאלע פאליציי דעפארטמענט האט צום ערשט געלויטעט אז די פארשוין איז געשטארבן פון זייטיגע פראבלעמען, נאכ'ן זיין עטליכע שטונדן אין שפיטאל זאגענדיג, אז דער פארשוין - וועלכע איז שפעטער אידענטיפיצירטער געווארן אלס דזשארדזש פלאויד - איז געבעטן געווארן ארויסצוקומען פון זיין אויטא, נאך וואס די אפיצירן האבן באקומען באריכטן איבער א טונקלע געשעפט, אבער דאן האט דער פארשוין זיך "פיזיש" אנטקעגן געשטעלט צו די אפיצירנ'ס פארלאנגען, אבער נאך פילע ווידעאס וועלכע האבן אנגעהויבן אנקומען צו די פרעסע און אן אויספארשונג פון די עף-בי-איי האט די פאליציי דעפארטמענט געלאזט הערן אז זי האט אפגעזאגט די דאזיגע פיר אפיצירן וועלכע זענען געווען אויפ'ן סצענע ווי די טראגישע פאסירונג איז פארגעקומען.

די ענטפער פון די לאקאלע איינוואוינער איז געווען פילע ווילדע פראטעסטן פארענט פונעם פאליציי סטאנציע ווי הונדערטער באטייליגטע האבן געהאלטן שילדן וועלכע האבן זיך געליינט "איך קען נישט אטעמען" אדער "יוסטיץ פאר דזשארדזש פלאויד". ווי אויך זענען עטליכע פאליציי אויטאס שווער צו'מזיק'ט געווארן, עטליכע פראטעסטן האבן זיך געענדיגט מיט די פאליציי שפריצן טרערן-גאז (זעט ווידעאס ביי די ענדע פונעם ארטיקל).

די לאקאלע מעיאר האט אין א רעדע היינט געבעטן אז מען זאל אנקלאגן די אפיציר וועמענס קניען זענען געווען אויף פלאויד'ס האלדז. ווי אויך האט מען געהערט פון פלאויד'ס פאמיליע וועלכע האט געבעטן אז מען זאל אנקלאגן די דאזיגע אפיצירן פאר מארד!

די שוידערליכע צעהן מינוטיגע ווידעא וויאזוי דזשארדזש פלאויד ווערט דערשטיקט


ווילדע פראטעסטירער צו'מזיק'ן פאליציי אויטאס


שווערע הונדערטער פראטעסטירטע איבער די גאסן פון מינעאפאליס


פון ווילדע פראטעסטירער צו קרימינאלן: גרופעס פראטעסטירער בארויבן געשעפטן מיט טייערע פראדוקטן אלס "יוסטיץ" אקעגן די פאליציי

די אומגעקומענער דזשארדזש פלאויד

די פאליציי שפריצט טרערן-גאז

פראטעסטירער האלטן פולע סטארן טאוולען









באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל