האלטענדיג ווייניגער ווי א יאר פון ווען דער ברייט באקאנטע "ישיבת נהרדעא" וועלכע איז געפירט געווארן אונטער די פליגלען פון הגאון הר"ר יצחק זלמן גיפס האט געמוזט פארמאכן אירע טויערן נאכן ליידן פון שווערע געלט פראבלעמען, האט מען די פארגאנגענע וואך געהערט אז די "מבקשי השם - מבקשי תורה" מוסד פלאנירט צו עפענען אויך א ישיבה גדולה די קומענדיגע זמן, און האט אויפגענומען הרב גיפס אלס ראש ישיבה.

הרב גיפס איז ברייט באקאנט מיט זיינע שיעורים אויף פרקי אבות אין די זוממער שבתים, משנה ברורה במסגרת דרשו און די ברייטע נפלאות הבורא שיעורים, ווי אויך איז אלץ מחבר ספרים דעת קנית, קערות כסף, אנשי מידות און פיל מער...

ר' יצחק זלמן איז שטארק באקאנט געווארן אין די לעצטערע יארן אלס דער רב פון בית המדרש ברכת אברהם (וויען) אין בארא פארק און אלס דער ראש הכולל פונעם הערליכע ספינקא כולל אין בארא פארק לשם ולתפארת.

נאכ'ן פירן א ישיבה פון די העבסטע קאליבאר פאר זעקס יאר ארויסגעבנדיג הונדערטער תלמידים וועלכע זענען געבליבן צוגעבינדן אין זיין רוח התורה, האט מען געמוזט פארמאכן זיין ישיבה נאכ'ן אריינפאלן אין שווערע געלט פראבלעמען. אבער מיט גרויס פרייד פון זיינע הונדערטער חסידים און תלמידים וועט הרב גיפס צוריק אויפגענומען ווערן אלס ראש הישיבה אין ישיבה גדולה מבקשי תורה, וועלכע איז אונטער די פירערשאפט פון הר"ר משה וואלפסאן און אדמו"ר מ'קאסוב און וועט קענען מעלה זיין נאך פילע תלמידים בעז"ה.




באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל