אין ליכט פון די שווערע ראיאטן איבער'ן לאנד, איז ווערד אריינצוקוקן אין א קאפיטל היימישע היסטאריע, און אונזער שטאט בארא פארק, ווען אידן זענען געווען אזוי אויפגעברויזט, אזש זיי האבן זיך אראפגעלאזט צו די 66'סטע פריסינקט און איבערגענומען קאנטראל פון די סטאנציע.

די איבערקערעניש האט זיך אנגעהויבן ב' כסלו תשל"ט, ווען א עלטערע איד - איירווינג סאסמאן - איז ל"ע דערשטאכן געווארן צום טויט אין א רויבעריי, הי"ד. די אידן האבן שוין פון פריער געהאט פארלאנגט אז די פאליציי זאל צושטעלן מער וואך אין די אידישע גאסן, אבער האבן גע'טענה'ט אז זיי האבן נישט באקומען וואס עס האט זיך פארלאנגט.

יענעם פרייטיג צונאכטס, בעצם יום השבת, האבן זיך א געשאצטע צוויי ביז דריי טויזנט חרדי'שע אידן אראפגעלאזט צו די 66'סטע פריסינקט און גאר שנעל "ארויסגעזעהן" די אפיצירן, און טאטאל איבערגענומען די קאנטראל פונעם סטאנציע. זיי האבן געפלינדערט אלעס וואס זיי האבן געזעהן פאר די אויגן איבערלאזענדיג א חורבן אויף די ערשטע שטאק מיט צעבראכענע פענסטערס, טישן, בענקלעך און טייפרייטערס, אויסגעפליקטע טעלעפאן ליניעס, און גאנצע פעקלעך וויכטיגע פיילס אויסגעשפרייט אויף די גאנצע ארום. די פאליציי האט שפעטער געשאצט די שאדן צו בערך צען טויזנט דאלער.

במשך די כאאס, איז געווען שווערע קולות, און עס איז געגאנגען קלעפ אויף ביידע זייטן. אידן האבן אפן געשאסן שטיינער אום שבת קודש און געזייעט חרבנות ווי זיי האבן נאר געקענט אנקומען. די מאסן זענען געווען גאר אויפגעברויזט פאר די אומשולדיגע טויט פון דעם 65-יעהריגער פלאמבער וואס איז אזוי טראגעדיש אומגעברענגט געווארן אויפ'ן וועג אהיים פון שוהל, קוים עטליכע גאסן פון די פריסינקט.

בערך זיבעציג מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, מערסטענס (62) פאליציי אפיצירן, ווי אויך אן אסעמבלימאן וואס האט פרובירט צו בארואיגן די מאסן אבער איז באקלאפט געווארן דורך די פאליציי אין א מיספארשטענדעניש. זיי אלע זענען אפגעפירט געווארן צו מעמאנעדיס, קאני איילענד, קינגס קאונטי, לוטערן און מעטאדיסט שפיטעלער. מערסטענס זענען אפגעקומען מיט לייכטע ביז מילדע וואונדן, אבער כאטש צוויי אפיצירן זענען ערנסט פארוואנדעט געווארן פון פליענדע ציגל. קיינע ארעסטן זענען אויסגעפירן געווארן.

הרב ברוך גלאק - וואס האט דאן געדינט אלס מעיאר קאטש'ס אידישע ליעיזאן - האט אויך געליטן וואונדן אין די קאפ, ווי אויף אסעמבלימאן שמואל הירש - א דעמאקראט פון די 48'סטע דיסטריקט.

אינמיטן די באלאגאן, האט א איד נעבעך געליטן א הארץ אטאקע, פון וואס ער איז ליידער שפעטער אוועק.

דער מעיאר האט זיך שפעטער יענע נאכט באוויזן אין פארנט פון די פריסינקט, און צוגעזאגט - אין א צעזעצטע אידישע - אז ער וועט אוועקשטעלן מער אפיצירן צו באוואכן די אידישע קווארטלען.

דער איין און צוואנציג יעהריגער דזשאוס דזשולב און זיין זיבעצן יעהריגער ברידער דזשימי, זענען ביידע ארעסטירט געווארן און פארשיקט געווארן אין טורמע, און דער צעכצן יעהריגער פידעל ריווערא איז פרייגעשפראכן געווארן.

עס דארף קלאר ארויסגעברענגט ווערן, אז כאטש וואס די קאפיטל איז פאראייביגט אלס א שאנדפולע חילול השם און שרעקליכע התגרות באומות, קומט עס נישט צו צום שפיץ גאפל צו די וועג וויאזוי די היינטיגע כוליגאנעס פירן זיך אויף, און דינט נישט אפילו אלס א מינדעסטע פארגלייך.

די מאטיוו פונעם שרייבער איז צו אויפוועקן די געפיהלן פון פארשטענדעניש וויאזוי עס זעהט אויס אזוי שלעכט פון דערווייטענס, אבער קען ברענגן מיטלייד ווען מען ווערט אויפגעברויזט. מאנכע זאגן אז "געוואלדטאטן איז קיינמאל נישט ערלויבט", און עס איז רעכט, אבער אל תדין את חברך איז נישט נאר א גוטע מידה נאר אויך א חכמה. אידישע קינדער זאלן זיך - חס וחלילה - קיינמאל נישט אפלערנען פון די ווילדע שטיק, אבער דארפן זיך אריינלייגן אין יענעמ'ס שיך און זיך אייביג אננעמען פאר די מינאריטעט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל