חילול השם! אכט אידן פון מאנסי זענען ארעסטירט געווארן אין א בית המדרש דעם ערשטן טאג פסח, פאר'ן נישט אויספאלגן די קאראנעוויירוס רעגולאציעס, פון זיך פארזאמלען גרופעס פון מער ווי צען מענטשן.

ווי די ראמאפא פאליציי דעפארטמענט זאגט, האט זי באקומען א גרינע ליכט פון די סטעיט צו ארעסטירן די דאזיגע וועלכע רעספעקטירן נישט און פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס.

אלע אכט אינגעלייט זענען געווארן ארויסגעלאזט אויף דער פריי עטליכע שטונדען דערנאך, אן דארפן איינלייגן בעיל.


באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

2 תגובות

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל