דורך קול ברמה

"שטורעמישע ארטיקל": דער היימישע 'בארא פארקער גאס' שטורעמט מיט גרויס אויפברויז אקעגן דעם לאקאלן בארא פארקער שפיטאל "מייעמאנידיס", נאכדעם וואס זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שרעקליך און ביטערליך 'אומקאמפענענט', און האבן בכלל נישט געקענט 'האנדלן' דעם גאנצע קריזיס, און האבן פשוט און גראד געלאזט צענדליגע היימישע פאציענטן 'אויסגיין' ווי א לעכט...! באזונדער הערשט א גאר גרויסע אויפברויז אקעגן דעם שפיטאל מיט די אנפירער, נאכדעם וואס עס זענען פארהאן כמעט קלארע ראיות ברורות, אז זיי האבן במכוון 'אויסגעשטעקט' היימישע פאציענטן פון זייערע 'רעספערעיטארס' און 'ווענטאלעיטארס', נאכן אויפגעבן אויף זיי מעדיציניש...! באזונדער זענען פולע היימישע משפחות געפערליך אויפגעברויזט, נאכדעם וואס די שפיטאל האט נישט צוגעלאזט קיין שום היימישע עסקנים אז זיי זאלן קענען אפילו 'א בליק טון' וואס טוט זיך מיט פולע היימישע פאציענטן, אדער אפילו צו ברענגען אביסל עסן, און אזוי ארום זענען זיי געווען 'גענצליך פריי' צו טון 'ככל העולה על רוחם'...!




דער דאזיגע היינטיגע "שטורעמישע ארטיקעל" אקעגן אונזער באקאנטע אזוי גערופענע "היימישע" שפיטאל "מייעמאנידיס"... איז געשריבן מיט 'בלוט' און נישט מיט א פענע... נאכדעם וואס די רעדאקציע האט במשך פונעם גאנצע לעצטע 'סוף וואך', צוזאמגענומען הונדערטער 'האר אויפשטעלענדע' פאקטן און דערציילונגען, וואס א יעדע איינס פון זיי איז גענוג פאר זיך צו שרייבן דער דאזיגער שטורעמישע "מחאה ארטיקל"...

במשך פון מיטוואך, דאנערשטאג, און פרייטאג, האט די רעדאקציע באקומען ''צענדליגע טעלעפאון קאלל'ס'', אז עס ליגט אויף אונז 'א חיוב' ארויסצוקומען מיט א שטארקע 'וויי געשריי' אקעגן די אפענע הימל שרייענדע ''פארברעכנ'ס''... און אפשר אז די שפיטאל מיט די אזוי גערופענע "היימישע מאכער'ס און לעקער'ס" וועלן זען און הערן די היימישע וויי געשריי"... דעמאלט'ס אפשר אפשר וועט מען קענען דעמאלט'ס עפעס אויפטון... און אויב אונזערע דאזיגע ווערטער וועלן אפילו נאר 'עפעס' אויפטון, אז דער מצב פון אפילו 'איין אידישע פאציענט' וועט זיך פארבעסערן לטובה, האט זיך שוין געהאט געלוינט דער דאזיגע גאנצע "מחאה ארטיקל"...

"בקיצור הדברים"... דער היימישע בארא פארקער גאס ''שטורעמט'' מיט ''גרויס אויפברויז'' אקעגן דעם לאקאלן בארא פארקער שפיטאל "מייעמאנידיס", נאכדעם וואס זיי האבן זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שרעקליך און ביטערליך 'אומקאמפענענט', און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א שפיטאל וואס איז ניטאמאל גוט פאר "א טיילענאל"... און זענען בכלל נישט געווען צוגעגרייט צו קענען 'האנדלן' דעם גאנצע קריזיס, און האבן פשוט און גראד געלאזט צענדליגע היימישע פאציענטן 'אויסגיין' ווי א לעכט...!  יא, יא...! ליידער ליידער ליינט איר גוט...  עס איז פארהאן 'א באוויסטע פאל' פון פאריגע וואך שבת פרשת ויקרא, (פון א באקאנטע בנן של קדושים, דער נאמען איז באקאנט אין דער גאנצע שטאט), וואס מען האט אים אריינגעפירט אין 'מייעמאנידיס שפיטאל' שבת קודש אינדערפרי ארום זיבן אזייגער, און ארום דריי אזייגער נאכמיטאג האט מען גערופן די חברא קדישא זאל קומען זיך מטפל זיין מיטן נפטר, ווען דער באטרעפענדער חברא קדישא מאן איז אנגעקומען צום באטרעפענדער ארט מטפל צו זיין מיטן נפטר, איז ער ממש שאטקירט געווארן צו טרעפן דער נפטר נאך מיט זיינע געהעריגע קליידער...! און האט נישט פארמאגט אויף זיך קיין שום פון די נויטבאדערפטיגע סימנים אז מען האט אים פראבירט צו מאכן צוריק אטעמען...! (אן אריינגיין אין צופיל פרטים, איז ווען מען לייגט ארויף א מענטש אויף א רעספערעטאר און מער ספעציעל אויף א ווענטעלעטאר, כדי אים צו מאכן צוריק אטעמען געהעריג, טוט דאס אנמאכן פארן מענטש געוויסע סימנים אויפן גוף, אזעלכע סימנים וואס יעדער וואס איז עטוואס באקאנט דערמיט קען באלד דערקענען) דער חברא קדישא מאן איז געווארן 'אויפגעשטורעמט' ביז גאר...

דאס טייטש דא אזוי... נישט בלויז וואס די שוויינען האבן ניטאמאל גענומען די מיה 'בכלל צו מטפל זיין' מיטן חשובן נפטר, און האבן אים פשוט און גראד געלאזט "אויסגיין ווי א לעכט"... אין פשוט'ן זין פונעם ווארט... האבן זיי אפילו נישט פראבירט צו באהאלטן זייערע פארברעכנס, און האבן אראפגערופן די חברא קדישא אים צו באהאנדלן, וויסענדיג אז זיי וועלן גלייך קענען דערקענען אז מען גארנישט פראבירט צו טון  מיטן נפטר... (ווי 'פערדיש' קענען שוין שפיטאל באאמטע זיין, צו רופן חברא קדישא צו א פאציענט וועלכע פארמאגט נאך זיינע געהעריגע שבת'דיגע קליידער אויף זיך...) אין אנדערע ווערטער באדייט דאס, אז די דארטיגע 'אומקאמפענענטע נורסעס' האבן פאר סיי וועלכע סיבה נישט געהאט קיין חשק מטפל צו זיין מיטן דאזיגן חשובן נפטר (מעגליך צוליב זיין הדרת פנים'דיגע בארד...) און האבן אים דעריבער געלאזט אזוי ליגן כדומן על פני השדה, וכאבן שאין לה הופחין... און דער אמת איז, אז מה יעשה הבן שלא יחטא"... אויב האבן די נורסעס מיט די שפיטאל איינגעשטעלטע געוואוסט, אז קיינער ווערט נישט ערלויבט זיך צו דרייען אינעם שפיטאל, האבן זיי זייער גוט געוויסט אז זיי זענען 'פריי צו טון' ווי אזוי עס שמעקט זיי...

באזונדער איז דער פארברעכן פול מאל מער הארבער, און אויף טאקע זענען פולע היימישע משפחות באזונדער געפערליך אויפגעברויזט... נאכדעם וואס די שפיטאל האט נישט צוגעלאזט ''קיין שום היימישע עסקנים'' אז זיי זאלן קענען אפילו 'א בליק טון' וואס טוט זיך מיט פולע היימישע פאציענטן, און אזוי ארום זענען זיי געווען 'גענצליך פריי' צו טון 'ככל העולה על רוחם'...!  יא, יא...!  אזוי ווי איר ליינט...!!! עס האבן דא נישט געהאלפן קיין שום פון די געווענליכע פראטעקציעס, און קיין שום פון די געווענליכע קאנעקשאנ'ס... דער שפיטאל האט נישט אריינגעלאזט אפילו די סאמע פאר הויפט קארדינעיטארס פון הצלה, און אפילו נישט די העכסטע עסקנים פון ''יד אפרים'' אדער פון ''ביקור חולים'', און אפילו היימישע דאקטורים אדער מעדיצינישע עקספערטן זענען נישט צוגעלאזט געווארן צו די פאציענטן... עס האבן נישט געהאלפן קיין שום געבעטערייען אדער סטראשערייען, און דער שפיטאל האט יעדעם איינעם קאלטערהייט אפגעזאגט, זאגענדיג אז דאס איז א נייע שטרענגע שפיטאל פאליסי, צוליב דער ביטערע מצב...

'הצלה' מיט די היימישע עסקנים זענען געווארן שטארק 'אלאמירט', נאכדעם וואס עס זענען אריינגעקומען צענדליגע באריכטן, אז די שפיטאל איז אזוי 'פארלוירן' און 'צופארן', אז אפילו עסן און טרינקען טיילן זיי נישט אויס ווי געהעריג... און צענדליגע פאציענטן ליגן אין זייערע צימערן 'הונגעריגערהייט'...!!! איין אינגערמאן וועלכע איז אריינגעקומען פרייטאג נאכמיטאג אין שפיטאל פשוט פאר א ביסעלע אקסידזשען, און איז אפילו נישט געווען אויף א רעספערעיטאר, האט שבת נאכמיטאג געמוזט נעבעך אויפהייבן א טעלעפאון צו זיין משפחה, און האט פארציילט אז זינט 24 שעה צוריק, וועןער איז אריינגעקומען אין שפיטאל האט ער נאך נישט באקומען קיין איין לעפל וואסער צו עסן אדער צו טרינקען...!!!  און אפילו יעצט ווען זיין משפחה האט אנגעהויבן מאכן א טומל, (ליידער אויף שבת קודש) האט גענומען איבער 'א שעה און א האלב' ביז איינער האט אים געברענגט עפעס צו עסן...  אפילו ווען די 'עסקנים' מיט 'הצלה' האבן זיך ממש 'געבעטן' אז זיי זיי זאלן צום ווייניגסטנס באשטימען 'צוויי היימישע עסקנים' וועלכע זאלן ערלויבט ווערן זיך צו דרייען צווישן די פאציענטן, כדי צו קענען 'א בליק טון' אויפן מצב, און ווי אויך אז מען זאל קענען ברענגען 'עפעס היימישע עסן' פאר די הונגעריגע פאציענטן, האבן די "רשעים" דאס אפגעזאגט... זעט זיך אויס אז זיי האבן זייער גוט געוויסט וואס זיי ''באהאלטן דא''... און זיי האבן פארשטאנען אז איינמאל די היימישע עסקנים וועלן זיך אנהייבן דא צו דרייען, וועט מען אנטדעקן אלע זייערע "שייגעץ שטיק"...

באזונדער הערשט א גאר גרויסע אויפברויז אקעגן דעם שפיטאל מיט די אנפירער, נאכדעם וואס עס זענען פארהאן כמעט קלארע ראיות ברורות, אז זיי האבן במכוון 'אויסגעשטעקט' היימישע פאציענטן פון זייערע 'רעספערעיטארס' און 'ווענטאלעיטארס', נאכן אויפגעבן אויף זיי מעדיציניש...!  יא, אמת אז דער רעגירונג האט יעצט 'געטוישט דער געזעץ', צוליב דער שווערע און ביטערע מצב וואס הערשט יעצט אינדערויסן, און דער שפיטאל איז יעצט 'לעגאל ערלויבט' ''אויסצושטעקן'' פאציענטן, אויב זיי פארשטייען אז מען קען שוין גארנישט טון מיט אים ''מעדיציניש"... יא, אמת... אבער פון אן אזוי גערופענע "היימישע שפיטאל", וועלכע איז אנגעפילט מיט אזוי גערופענע "היימישע בארד מעמבערס"... און סארט צוגאנג צו אזא מין "האקעלע זאך"... און זיכער נישט מיט אזא מין ''שרעקליכע הפקרות'' מיט וועלכע עס איז דא צוגעגאנגען...

עס איז דא נאך אסאך צו שרייבן... אבער דער ארטיקל מוז שוין אריינגיין צום דרוק... עס איז צום האפן אז דער דאזיגע צייטווייליגע "מחאה ארטיקל" וועט עטוואס ''אויפוועקן'' די דארטיגע הויכע פענסטער'ס, און מיר וועלן נישט זיין געצווינגען צו נעמען אונזער ''מחאה'' צו "ווייטערדיגע שריט"... "ולה' הישועה"...


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל