חב״ד אין רוסלאנד האט אפגעצייכנט א היסטארישע דערגרייכונג מיט׳ן איבערזעצן דעם גאנצן משנה תורה פונעם רמב״ם אין די רוסישע שפראך מיט א לייכטע פירוש, א פראיעקט וועלכע האט גענומען אכט יאר און אומגעקאסט אנדערטהאלבן מיליאן דאלער. היינט איז דער פולער סעט פון 14 בענדער פארענדיגט געווארן און לויט די דרוקעריי זענען פארקויפט געווארן דריי טויזנט סעטס. די ארויסגעבער זענען יעצט טיף אין די ארבעט פון א פראיעקט צו איבערזעצן גאנץ ש״ס אין רוסיש אזוי ווי דער שאטענשטיין פראיעקט, און זיי זאגן אז דאס קען העלפן הונדערטער טויזנטער רוסיש-רעדנדע אידן איבער די וועלט זיך דערנענטערן צו תורה און אידישקייט.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
דער בילד איז א רמב"ם געשריבן אין ענגליש!!
השבמחקהוסף רשומת תגובה