די כעזבאלע טעראר גרופע האט נעכטן געשאסן עטליכע קורץ שטרעקיגע מיסילס פון לבנון אויף דעם ׳אביבים׳ מיליטערישע באזע אין צפון מדינת ישראל, און האט באטראפן א פאטראל טרעקל און צוויי קאנטראל טורעמס. אין די ערשטע מינוטן האט מען געהערט איבער שווער פארוואונדעטע סאלדאטן און מדינת ישראל האט באלד רעאגירט מיט א כוואליע פון באמבאדירונגען אויף כעזבאלע צילן אין לבנון. כעזבאלע האט געפייערט זיג און געצייגט בילדער וויאזוי מען פירט אפ צובלוטיגטע זעלנער אין שפיטאל, אבער ווי עס שטעלט זיך ארויס איז קיינער ב״ה נישט געשעדיגט געווארן, און דאס איז געווען א שפיצל פון מדינת ישראל וועלכע האט געוואלט אז די כעזבאלע מיליטאנטן זאלן מיינען אז די אטאקע איז געלונגען און אזוי ארום נישט פייערן נאך וואפן, און דערביי אויסנוצן דעם מאמענט צו עלימינירן וויכטיגע כעזבאלע צילן אין לבנון.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל