נעכטן איז פארגעקומען א צערעמאניע אין ווארשע צו אפצייכענען אכציג יאר פון די אויסברוך פונעם צווייטן וועלט קריג מיט די אינוואזיע פון ווארשע, עס האבן זיך דארט באטייליגט אינטערנאציאנאלע פירער, אריינגערעכנט וויצע פרעזידענט מייק פענס וועלכער האט פארטרויטן פרעזידענט טראמפ וואס האט נישט געקענט קומען צוליב די האריקעין סיטוציע. ביים צערעמאניע האט אויפגעטראטן דער דייטשער פרעזידענט פרענק וואלטער סטיינעמייער וועלכער האט צווישן אנדערע געזאגט אז דייטשלאנד נעמט פאראווארטליכקייט פאר די היסטארישע פארברעכנס, ״דער קריג איז אויסשליסליך א דייטשע פארברעכן, און מיר בלייבן פאראנטווארטליך צו העלפן פוילן״. דאס איז א וויכטיגע סטעיטמענט פון דייטשלאנד אין ליכט פון אן אנגייענדע געפעכט איבער אנטשעדיגונג געלטער.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה