פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעגלייט אויף טוויטער א בילד פונעם איראנער ספעיס סטאנציע פון וועלכע זי האט פרובירט צו ארויסשיקן א סאטעליט צום ספעיס, און מען זעט אינעם בילד ווי דער גאנצער סטאנציע איז רואינירט פון א מאסיוון אויפרייס, טראמפ האט אין א צינישע באמערקונג צוגעלייגט אז ער וויל קלארשטעלן אז ״אמעריקע איז נישט געשטאנען דערונטער״. דער בילד איז ווי עס שיינט פון אן אמעריקאנער שפיאנאזש סאטעליט און צייגט קלארע דעטאלן פון אלע ארומיגע איינריכטונגען, און טראמפ האט דאס פארעפנטליכט מיט׳ן ציל זיך צו רייצן מיט די איראנער איבער זייער דורכפאל. איראן האט רעאגירט אז טראמפ׳ס אנדייטונגען אז אמעריקע איז געשטאנען דערונטער זענען פאלש און עס האנדלט זיך פון א טעכנישע פעלער. פילע שפיאנאזש עקספערטן האבן אויסגעדרוקט שאק אז טראמפ האט פארעפנטליכט אזעלכע סענסיטיווע אינפארמאציע טראץ וואס עס איז נישט קלאר די נוצן דערפון.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל