דער מאנסטערישער האריקעין דאריען וועלכע האט בודזשעוועט פאר 24 שטונדן איבער די באהאמעס אינזלן האט אנגעברענגט אומגעהויערע שאנדס אויף דעם אבאקא אינזל אין די באהאמעס וואו טויזנטער געביידעס זענען רואנירט געווארן, און עס זענען באריכטעט געווארן אמווייניגסטנס פינף פאטאליטעטן, און דער אינזל - מיט איבער 17 טויזנט איינוואוינער - געפונט זיך גענליך אונטער וואסער. דער קאטעגאריע 5 שטורעם איז נעכטן גענידערט געווארן צו א קאטעגאריע 4 שטורעם וועלכע איז אויך גאר מאסיוו און האט געבראכן יעדן רעקארד פון פריערדיגע האריקעינס אויף די באהאמעס אינזלן. אצינד גרייט מען זיך צום אנקום פונעם שטורעם צו די ברעגעס פון אמעריקע און ווי עס שיינט וועט עס נישט דירעקט אנפאלן פלארידע אבער פארט ברענגען שווערע ווינטן פאר די געגענטער נעבן דעם ים.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה