די אידישע קהלה אין ציריך איז ערשיטערט פון דעם פטירה פון איר געטרייער רב פון די קהלה ׳מחזיקי הדת׳ וועלכער איז נפטר געווארן פריהצייטיג בלויז 3 יאר נאכ׳ן באקרוינט ווערן מיט די רבנות. דער רב הרה״ג רבי נפתלי צבי שמערלער ז״ל האט איבערגענומען דעם פאזיציע פון זיין פאטער הגה״צ רבי משה חיים שמערלער ז״ל און איז געווען שטארק באליבט, ליידער האט ער געליטן פון א שווערע מחלה אין די לעצטע יאר און איז נפטר געווארן אין עלטער פון 62 יאר איבערלאזנדיג א גרויסע שטוב מיט קינדער און א פאראבל׳טע קהלה.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה