באאמטע אין דרום קארעא האבן נעכטן אויפגעדעקט אז עס קומען פאר ערנסטע פלענער צו קאארדינירן א פרישע סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און קים יאנג-אן אין די קומענדיגע חדשים, נאכדעם וואס דער צווייטער סאמיט אין האנוי איז דורכגעפאלן און צפון קארעא האט באנייט איר באליסטישע מיסיל פראגראם. דאס קומט אין ליכט פון א פרישע בריוו אויסטויש צווישן די צוויי אנגעהויבן מיט א בריוו פון קים יאנג-אן אין וועלכע ער האט באגריסט פרעזידענט טראמפ פאר זיין געבורטסטאג, און א בריוו פון טראמפ צו קים יאנג-אן וואס דער רעזשים אין צפון קארעא האט באצייכנט אלס א פאזיטיווע בריוו וואס עפנט די טיר פאר ווייטערדיגע פארהאנדלונגען. טראמפ האט רעאגירט צו די נייעס זאגנדיג אז ער וואלט שטארק געוואלט אפהאלטן נאך א סמיט און גלייבט אז מען קען קומען צו אן אפמאך.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל