פרעזידענט טראמפ איז נעכטן ארויסגעפארן קיין אזיע וואו ער וועט זיך טרעפן דעם שבת מיט׳ן כינעזער פרעזידענט טשי און עס וועט געלייגט גרויסע האפענונג אז דאס וועט ברענגען צו לעזונג צו די פארהאנקערטע האנדלס געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער. טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער וועט זיך נישט בייגן צו די כינעזער באדינגונגען און האט געזאגט אז ער וועט נישט אננעמען קיין קאמפראמיס איבער א רייע אנלעגנהייטן, אבער היינט האט כינע אויך געמאלדן אז זיי וועלן נישט פאראויסגיין נאר אויב אמעריקע וועט אראפנעמען די סאנקציעס און טאריפס, און סיגנאליזירט אז זי וועט נעמען א הארטע ליניע אין די פארהאנדלוגנען, א זאך וואס ברענגט סקעפטיציזם אויב די צוויי זייטן וועלן גרייכן אן אפמאך ביי זייער זיצונג אין יאפאן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל