נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן די ערשטע רונדע פון די דעמאקראטישע דעבאטע, ווען צען קאנדידאטן האבן מיטגעטיילט א פאדיום פאר די ערשטע נאכט פונעם דעבאטע וואס איז צוטיילט געווארן אויף צוויי נעכט. דער דעבאטע איז געווען זייער ציוויליזירט און איז געווען קאנצעטרירט אויף פאליסי און עס איז אריבער אן קיין ערנסטע מאמענטן אדער קאנפראנטאציעס.

עס זענען דיסקוטירט געווארן: העלט קעיר, אימיגראציע, גאן קאנטראל, קלימאט טויש, און אויסערן פאליסי. און די קאנדידאטן זענען געווען צוטיילט איבער פארשידענע זאכן, הויפטזעכליך אויב מען זאל עלימינירן פריוואטע אינשורענס און עס ערזעצן מיט א רעגירונג פראגראם פאר יעדן גלייך, און אויך איבער אימיגראציע ווי ווייט מען זאל גיין מיט׳ן אינפארסירן אומלעגאלע אימיגראציע.

א מאדנע מאמענט אינעם דעבאטע איז געווען ווען דער סיסטעם האט נישט געארבעט און מען האט געהערט די שטימעס פון די ארבעטער אונטער פאדיום אנשטאט די קאנדידאטן און עס האט גענומען אפאר לאנגע מינוטן דאס צו פארריכטן. און פארשטייט זיך אז פרעזידענט טראמפ האט זיך ארויפגעכאפט דערויף צו טרייבן שפאס פון די קאנדידאטן און פונעם טעלעוויזיע נעץ.

היינט נאכט וועט פארקומען די צווייטע רונדע אין וועלכע דזשאו ביידען און בערני סאנדערס זענען ערווארטעט צו אריינגיין אין העפטיגע ארגומענטן, און עס איז ערווארטעט צו ציען מער אויפמערקזאמקייט ווי די נעכטיגע דעבאטע צוליב די גרעסערע צאל פון ערנסטע קאנדידאטן אויפ׳ן פאדיום וואס רעכנט אריין ביידען, סאנדערס, העריס, דזשיליבראנד, בענעט, סוואלוואל, בוטעדזשאדזש, וויליאמסאן, בענעט, היקענלופער און יאנג.



אונטערן קעפל 

אלזא, ווער זענען די געווינערס און פארלירערס? עס איז שווער צו אנצייגן אויף קלארע געווינער און פארלירער וויבאלד צוליב די גרויסע צאל קאנדידאטן האט קיינער נישט געקריגן גענוג צייט צו אדרעסירן דאס פאלק געהעריג, אבער פארט זענען געווען געווינערס און פארלירערס, און פאלגנד איז א קורצע איבערזיכט באזירט אויף די אנאליזן און אנקעטעס.
געווינערס:
יוליאן קאסטרא: לויט אנאליסטן און די פרעסע איז די שטערקסטער געווינער פון די נאכט יוליאן קאסטרא, דער האוזינג סעקערטאר אונטער פרעזידענט אבאמא, וועלכער האט שטארק אויסגענומען מיט זיינע שארפע און קלארע ענטפערס און האט געצייגט א שטארקע באהאוונטקייט אין אלע נושאים.

אליזאבעט ווארען: ווידעראום אליזאבעט ווארען איז ארויסגעקומען שטארק פון דעם נאכט, אבער וויבאלד עס איז געווען ערווארטעט, און דער פאבליק קען איר שוין און אירע שטעלונגען, איז דער דעבאטע נישט ערווארטעט איר צו געבן א שטארקע שטופ פאראויס, אבער זי וועט ווארשיינליך אנהאלטן איר שטארקייט אין די אנקעטעס.

קארי בוקער: ווי ערווארטעט האט קארי בוקער געקריגן זיינע מינוטן אין די ׳ספאטלייטס׳. ער האט א שטארקע אראטארישע קראפט, און ער האט אויך געצייגט פראגמאטיזם ביים זיין דער איינציגער קאנדידאט דערקלערן אז ער וועט נישט צוריק אריינגיין בלינדערהייט אינעם ׳איראנער דיל׳ פון אבאמא נאר וועט פרובירן צו אויסהאמערן א בעסערע דיל.

עימי קלאבוטשאר: קלאבוטשער איז שוין כמעט אויסגעמעקט געווארן אין נאצינאלע אנקעטעס אבער האט געהאט עטליכע שטארקע מאמענטן, ספעציעל ווען זי האט אראפגעריסן טראמפ ווי צום ביישפיל ״מען מאכט נישט קיין אויסערן פאליסי אין די אונטערוועש פינף אזייגער פארטאגס״ און האט אויך באוויזן צו איבערצייגן וויילער אז איר פראגמאטישע אגענדע איז מער רעאליסטיש.

טים רייען: דער אהייא קאנגרעסמאן האט אנגעקומען מיט א קעמפערישע מוט, ער האט קריטיקירט די דעמאקראטישע פארטיי אז זי איז נישט גענוג פארבינדן צו געווענליכע אמעריקאנער ארבעטער און מיטל-קלאס, און האט זיך אוועקגעשטעלט אלס צענטריסטישער דעמאקראט וועלכער קען צוריקברענגען טראמפ וויילער אין אהייא און אנדערע מיד-וועסט שטאטן.

דזשי אינסלי: דער גאווערנער פון וואשינגטאן האט נישט געהאט קיין ספעציעל גוטע נאכט, אבער פארט האט ער גוט אויסגענומען און איז געווען די שטערקסטע אויפ׳ן פאדיום ווען עס איז געקומען צו קלימאט טויש, ער האט אויך געקריגן אפלאדירונגען ווען אלע קאנדידאטן זענען געפרעגט געווארן וואס איז די גרעסטע געפאר אויף אמעריקע, און ער האט געענטפערט ״דאנעלד טראמפ״.

פארלירער:
בעטא ארארק: די שטערקסטער פארלירער איז ווארשיינליך געווען בעטא ארארקע, וועלכער איז לויט פילע באטראכט געווארן אלס א מעגליכער פראנט-ראנער, אבער האט היבש געשטאמלט, ספעציעל ווען ער איז קאנפראנטירט געווארן דורך יוליאן קאסטרא איבער זיינע שטעלונגען אויף אימיגראציע און האט געהאט שוועריגקייטן צו ערקלערן זיין פאזיציע.

ביל דעבלאזיא
: דער ניו יארקער מעיאר ביל דעבלאזיא האט געדארשט פאר אביסל אויפמערקזאמקייט, ער איז קענטליך געקומען צום דעבאטע אנגעגרייט און געזוכט צו צייגן אז ער איז אן ערנסטער קאנדידאט און האט זיך אוועקגעשטעלט אלס פראגרעסיווער קאנדידאט, אבער זיין באנעמונג האט אויסגענומען אלס אגרעסיוו און ער האט נישט געקריגן דעם מאמענט וואס ער האט געמוזט האבן צו גיין ווייטער.

דזשאן דילעיני: דער געוועזענער קאנגרעסמאן איז געווען דער ערשטער צו מעלדן זיין קאנדידאטור, און וועט - לויט זיין הצלחה נעכטן נאכט - זיין דער ערשטער צו ארויסשפרונגען פונעם פארמעסט, ער איז געווען דער אויסשליסליכער פארלירער, קוים געקענט קומען צום ווארט, און געשטאמלט ווען ער האט געוואלט ערקלערן זיינע פאזיציעס.

טולסי גאבארד: די האוואי קאנגרעספרוי האט געהאט גרויסע פלענער פאר 2020. זי איז א מלחמה וועטעראן און איז קאנסערוואטיוו אויף פילע אישו׳ס און גאר פראגרעסיוו אויף אנדערע אישוס, און איז באטראכט געווארן אלס מעגליכע שטערן. אבער נעכטן נאכט האט זי טראץ אלע באמיאונגען נישט באוויזן צו האבן אן ערנסטע מאמענט. זי האט פרובירט צו קאנפראנטירן טים רייען וועלכער האט איר באלד שטיל געמאכט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל