דער סאציאלע מידיע פלאטפארמע ׳טוויטער׳ פארמאגט א רייע רעגולאציעס און סטאנדארטן איבער די שפראך און טאן וואס איז ערלויבט, זי ערלויבט נישט קיין וואלגארע אדער היציגע שפראך, פאלשע נייעס און אזוי ווייטער. אבער זי האט זיך דערזען מיט א פראבלעם וואס הייסט דאנעלד טראמפ, דער פרעזידענט טוט אפט שרייבן טוויטס וועלכע פארלעצן די סטאנדארטן, אבער זיי קענען נישט אויסמעקן זיינע טוויטס וויבאלד דאס וועט געזען ווערן ווי זיי זענען פאליטיש געשטימט און זיי קענען נישט מעקן א טוויט וואס ציט אינטערעסע פון מיליאנען מענטשן. אצינד האט די פירמע געמאלדן איבער נייע איינפיר, נעמליך אז זי וועט אנצייכענען די טראמפ-טוויטס וועלכע זענען קעגן די סטאנדארטן, וואס וועט ערלויבן די וועלכע ווילן דאס נישט זען דאס צו ׳אויספילטערן׳.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל