די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת בחוקותי תשע"ט
די פאָדערשטע זייטן פון "מאָמענט" פאַר פרשת בחוקותי תשע"ט

הרב אליעזר ראזען:

אונזער מוישי: מוישי איז געבוירן געווארן מיט "דאון סינדראם" אין א צייטגייסט פון מינימאלע אינפארמאציע ארום דעם דיאגנאז און וויאזוי דאס צו באהאנדלען. עלטערן פלעגן זיך שעמען און באהאלטן אזעלכע קינדער פון מענטשליכן אויג. קיין שום מוסד האט זיי נישט געוואלט ארייננעמען. מוישי'ס העלדישע טאטע און מאמע האבן אונטערגענומען די דערפאלגרייכע מיסיע צו טוישן דעם סטאטוס-קווא אויף אלעמאל --- אין אן אינספירירנדן און אפנהארציגן אינטערוויו מיט הרה"ח ר' נתן סאנדער הי"ו פון וויליאמסבורג, און זיין חשוב'ע פרוי תחי', אנטפלעקט זיך זייער דרייסיג-יעריגע לעבנס-געשיכטע פון האדעווען א דאון-סינדראם קינד מיט ליבשאפט און שמחה און אן ענדלאזע קאמף קעגן סטיגמע און מיסאינפארמאציע

בן מנחם:

דער נפשות וואשער: 72 שעה במחיצת קדשו פון גדול המשפּיעים בדורינו הצדיק רבי אלימלך בידערמאן שליט"א --- יום הקדוש און שמחת תורה ביי די היסטארישע און פרעצעדענטלאזע הדלקה לכבוד התנא האלוקיֿ ביים עלות־השחר; א פריוואטער קומזיץ מיט׳ן משפיע אין מירון און א דערהויבענעם שבת קודש אין צפת׳ער 'מלון כנען'

מנחם גאלד אין מירון: פּתיחה אין באיאן, נעילה אינעם חצר המערה --- אריגינעלע באריכט

דור הולך ודור בא: 100-יעריגער רב פון אור־אלטן ביהמ״ד שומרי אמונה אין ב״פּ הרב יעקב פאללאק ז"ל

אליהו יואל גליק: א פייער ארויס פון קאנטראל --- הרב שבתי פריעד: אם אין דעת הבדלה מנין --- הרב שלום יעקב וואזנער: איז נאך דא א האפענונג? --- יוסי געשטעטנער: אנטשלאסן צו פארן ״ראָנג וועי״ --- צווייטער טייל: די טראנס-אטלאנטיק רעילראוד --- און נאך!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל