געשפרעכן פון איבער א יאר צווישן אמעריקע און כינע האלטן ביים צוזאמפאלן - כינע האט צוריקגעטרויטן פון צענדליגע צוזאגן וואס זיי האבן געמאכט דורכאויס די פארהאנדלונגען - טראמפ ווארנט מיט פרעצעדענטלאזע שריט וועלכע קען עפענען א פולשטענדיגע האנדלס קריג צווישן די צוויי וועלטס גרעסטע עקאנאמיעס - דעלעגאציעס פון ביידע זייטן געפונען זיך אין וואשינגטאן אין א לעצט מינוטיגע פרואוו צו טרעפן א וועג ארויס פונעם פלאנטער - מארקעטס אין אמעריקע און איבער די וועלט טראסקען אויס זארג פון א האנדלס קריג.
אויב ווערט נישט געמאכט קיין פארשריט וועט היינט 12 אזייגער ביינאכט אריינגיין אין עפעקט ריזיגע טאריפס אויף ארום 200 ביליאן דאלער ווערד פון כינעזער אימפארט קיין אמעריקע. די שטייערן וועלן זיין פון 10 ביז 25 פראצענט, און איז ערווארטעט צו שווער עפעקטירן די כינעזער אימפארט קיין אמעריקע.

דאס קומט נאכדעם וואס די כינעזער האבן צוריקגעטרויטן פון פארשפרעכונגען ביים פארהאנדלונגס טיש, און פרעזידענט טראמפ האט דעריבער באשלאסן צו צוריקגיין צום האנדלס קריג אויף צו באלאנסירן דעם ״האנדלס דעפעציט״ צווישן אמעריקע און כינע.

שרייבנדיג די שורות קומען פאר לעצט מינוטיגע אינטענסיווע פארהאנדלונגען צווישן אמעריקאנער און כינעזער דעלעגאציעס אין א פרואוו צו טרעפן א וועג צו ווייטער גיין מיט די געשפרעכן און אונטערשרייבן אן האנדלס אפמאך.

דער ״ניו יארק טיימס״ באריכטעט אז די לעצט מינוטיגע קאלטע פוס איז געקומען נאכדעם וואס פרעזידענט טשי פון כינע האט שארף אפגעווארפן די פארפליכטונגען צו טוישן כינע׳ס פינאנץ געזעצן וועלכע וואלט איר געצווינגען צו זיך צושטעלן צו אינטערנאציאנאלע סטאנדארטן.

כינע האט געווארנט מיט שארפע קאנטער-שריט אויב אמעריקע פירט אויס דעם ווארנונג. כינע קען גענצליך פארבאטן אמעריקאנער פראדוקטן אין לאנד, ווי למשל אייפאון׳ס און דערמיט שטארק שעדיגן אמעריקאנער קאמפאניס, זי קען אויך מאניפולירן איר וואלוטע אז עס זאל נאך אלס זיין שפאט ביליג צו פראדוצירן אין כינע טראץ די טאריוון.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל