דער ניוארק ליבערטי עירפארט האט ״געווינען״ דער טיטל אלס איינע פון די ארגסטע עירפארטס אין אמעריקע און איינע פון די ארגסטע אין די וועלט. די שאצונג קומט פון די פירמע ״עיר-העלפ״ וואס באפאסט זיך מיט שאצן די קוואליטעט פון אלע עירפארטס אין אמעריקע. זיי נעמען אריין אין די פארשפעטיגונגען, צייט פון ווארטן אין די ליינס, און פון אויספרעגן צענדליגע טויזנטער רייזנדע איבער זייער צופרידנהייט און ערפארונג מיט די לוטפעלדער. לויט די פירמע זענען אמעריקאנער לופטפעלדער אין אלגעמיין פון די ארגסטע אין די וועלט ווען עס קומט צו פארשידענע פאקטארן ווי די צייט פון ווארטן און אלגעמיינע באקוועמליכקייט.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל