ניו יארק – די טעכנאלאגיע און קאמפיוטער ריז מיקראסאפט האט אונטערגעשריבן א ליעס דיעל, פאר א גרויסע אפיס געביידע אין ניו יארק סיטי. די פירמע וועט ליעסן בערך זיבעציג טויזנט סקווער פיס פון די נייע אייגנטימער פונעם אדרעס 300 לאפאיעט סטריט אין דאונטאון מאנהעטן, וועלכע האבן נארוואס געענדיגט אפקויפן די 11 שטאקיגע געביידע פאר 125 מיליאן דאלער. די געביידע פארשפרעכט אויפצולעבן גרויסע אפיס געביידעס אינעם דאונטאון געגנט, און די אייגענטימער זאגן אז זיי האבן נאך 8,500 סקווער פוס פון ריטעיל ספעיס צו פארליעסן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל