די ניו יארק טיימס דעקט אויף די שוין-לאנג-פארדעכטיגטע אורזאך פארוואס דאנעלד טראמפ פאר'עקשנ'ט זיך נישט ארויסצוגעבן זיינע שטייער בויגנס, נעמליך אז ער איז פינאנציאל געבראכן מיט איבער א ביליאן דאלער אין פארלוסטן אין בלויז צען יאר. די טיימס האט דערווישט שטייער אינפארמאציע וואס ווייזט אז די איינע שטאלץ פון רייכקייט וואס טראמפ האט זיך אזוי געגרויסט דורכאויס די 2016 וואלן, איז געווען - ווי אסאך אנדערע טראמפ בארימערייען (פאלשע פאדערשטע זייט פון טיימס...) - א פוסטע ליגנט.

די דאטא איז גענומען געווארן פון זיינע 1040 פעדעראלע בויגנס פון די יארן צווישן 1985 און 1994, בערך די זעלבע צייטשניט ווען טראמפ האט ארויסגעגעבן זיין בוך "די ארט פונעם דיעל" ווי ער "לערנט אויס" אנדערע וויאזוי מצליח צו זיין אין ביזנעס. פאר א מענטש וואס האט גע'ירש'נט א ריזיגע רייכטום פון זיין טאטע, און פארלוירן און פארשווענדעט אזויפיהל געלד, איז לעכערליך צו לערנען אנדערע איבער פינאנציאלע עצות...



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל