א גלח און זעקס אנדערע זענען דערשאסן געווארן צום טויט אין בורקינאַ פאַסאָ דורך א ריזיגע גרופע שיסערס. די באנדע פון איבער צוואנציג באוואפענטע פארשוינען זענען אנגעקומען צו די קירכע מיט מאטאר-ביציקלען, און באפאלן די פארזאמלטע, אומברענגענדיג די גייסטליכער און פינף אנדערע וואס האבן זיך באטייליגט אין די צערעמאניע, און דאן אונטערגעצינדן די קירכע - און עטליכע אנדערע געביידעס און געשעפטן - אין פלאמען. די באנדע האבן זיך דאן א לאז געטוהן צו די לאקאלע געזונטהייט צענטער, וואו זיי האבן בא'גנב'ט די מעדעצינישע סופלייס און אונטערגעצינדן די קאר פון די הויפט נורס.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל