וואשינגטאן – פעדעראלע פראקורארן האבן נעכטן אריינגעגעבן פרישע דאקומענטן אין געריכט, איבער'ן וויקיליעקס גרינדער דזשוליען אסאנדזש, וועלכער איז אונטער ארעסט אין לאנדאן און אמעריקע וויל אז ענגלאנד זאל אים אויסליפערן. אין די דאקומענטן שרייבן די פראקורארן אז אסאנדזש און זיין געהילף, דער געוועזענער מיליטערישער שפיאנאזש אנאליסט מענינג, האבן געוואוסט אז די דאקומענטן וואס זיי גייען ארויסליעקן גייען שעדיגן דאס לאנד, און דאך האבן זיי אלעס ארויסגעגעבן. צווישן אנדערן טוען די פראקורארן אנצייגן, אז מ'האט געטראפן אין אסאמא בין לאדין'ס הויז א בריוו, אין וועלכע ער שרייבט אז ער איז פאראינטערעסירט אין קאפיעס פון אלע "וויקיליעקס" דאקומענטן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל