סענאטאר דיק דורבין און סענאטאר ביל קעסידי, א דעמאקראט און א רעפובליקאנער, האבן ארויסגעשטעלט א נייעם געזעץ פארשלאג, וועלכע צילט צו מאכן מעדיצינען ביליגער, דורכ'ן צווינגען גרויסע פארמאסוטיקל ברענד פירמעס צו עפענען שנעלער דעם מארקעט פאר דזשענעריק פירמעס צו קענען נאכמאכן ביליגערע ווערסיעס פון גאר טייערע מעדיצינען. די ברענד פירמעס בלאקירן דאס, דורכ'ן ארויסנעמען אומצאליגע "פאטענטס" אויף יעדע מעדיצין וואס זיי ערפינדן, וואס שטערט לעגאל די דזשענעריק פירמעס פון נאכמאכן די מעדיצין. אונטער'ן ביל, וועט געצוימט ווערן וויפיל "פאטענטס" א פירמע וועט מעגן ארויסנעמען פער ניי-ערפינדענע מעדיצין.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל