וואשינגטאן – דער דעמאקראטישער סענאטאר און פרעזידענט קאנדידאט בערני סענדערס האט נעכטן ארויסגעגעבן צען יאר פון זיינע טעקס ריטוירנס, ערפולנדיג א צוזאג וואס ער האט שוין לאנג צוריק געמאכט, אז ער וועט דאס ארויסגעבן אינעם "שטייער טאג" אפריל 15. די ריטוירנס צייגן אז ער האט געמאכט 1.7 מיליאן דאלער פריוואטע פארמעגנס אין די לעצטע צוויי יאר, זינט'ן לויפן פאר פרעזידענט אין יאר 2016. בערני'ס אינקאם איז געשפרונגען פון א דורכשניט פון 200-300 טויזנט יערליך, צו מער ווי א מיליאן דאלער אין יאר 2016, מער ווי א מיליאן אין 2017, און א האלב מיליאן אין 2018.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל