פלארידע – נעכטן איז ערשינען אין געריכט די כינעזער פרוי וועלכע האט זיך אריינגעכאפט אומלעגאל און אנע ערלויבעניש אין פרעזידענט טראמפ'ס מאר-א-לאגא רעזארט, בשעת'ן האבן מיט זיך פילע עלעקטראנישע מאשינקעס און עטליכע קאמפיוטער ווירוסעס. די פרוי איז אונטער ארעסט פאר קלאגעס פון זיך אריינכאפן אין א פעדעראל-באשיצטער טעריטאריע אנע ערלויבעניש, און דער ריכטער נעכטן האט זיך אנטזאגט איר צו ערלויבן גיין פריי אויף בעיל, זאגנדיג אז פון אלע פאקטן זעט אויס אז זי האט עפעס פארדעכטיגט געהאט אין פלאן. די פרוי האט זיך דערקלערט אומשולדיג אויף די קלאגעס.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה