קאַמעדיאַנט וולאַדימיר זעלענסקי האט געוואונען די ראָנאָף עלעקשאָן היינט אין אוקראינע, באזיגנדיג דעם אמטירנדע פּרעזידענט פּעטראָ פּאָראָשענקאָ, האבן נאַציאַנאַלע עקסיט פּאָולס געוויזן. די געוועזענער אַרטיסט און רויע פּאָליטיקאנט האט באקומען 73 פּראָצענט פון די שטימען, מיט פּאָראָשענקאָ אַ ווייטער צווייטער, האבן די פּאָלס געוויזן.

דער 41 יעהריגער זעלענסקי האט געוואונען די ערשטע רונדע וואַלן אום מערץ 31, באַקומענדיג כמעט צוויי מאָל שטימען וואו פּאָראָשענקאָ. ער האט דערקלערט זיג זונטאג צו עמאָציאָנאַלע שטיצערס אין זיין קאמפיין הויפּטקוואַרטיר. "איך בין נאכנישט אָפיציעל דער פּרעזידענט, אָבער אלס אַ בירגער פון אוקראינע, קען איך זאָגן צו אַלע לענדער אין די געוועזענע-סאָוויעט פאַרבאַנד קוק אויף אונז. אלעס איז מעגלעך!" אן עמאָציאָנאַלע פּאָראָשענקאָ האט אנערקענט זיין פארלוסט, מיט זיינע שטיצערס וויינענדיג.


באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל