כאטש 207 מענטשן זענען אומגעברענגט געווארן, און איבער 450 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, אין א סעריע פון אכט אויפרייסן אין סרי לאנקא , ווען זעלבסטמארד טעראריסטן האבן אויפגעריסן דריי קריסטליכע קלויסטערס, און דריי פינף-שטערנדיגע האטעלס.


ווי די פאליציי גיבן איבער, האבן די אטאקעס פאסירט ארום ניין אזייגער אינדערפרי (לאקאלע צייט), אין דריי באזונדערע שטעט. די פאליציי האט אויך געזאגט אז קיין איין טעראריסטישע גרופע האט נאכנישט גענומען פאראנטווארטליכקייט, אבער זיי האבן שוין ארעסטירט דרייצן מענטשן וואס זענען פארדעכטיגט אין די אטאקעס.

א ניו יארק טיימס באריכט האט געוואוסט צו דערציילן, אז די פאליציי האבן באקומען א ווארענונג איבער א געפלאנטע אטאקע אין קירכעס שוין 10 טעג צוריק, און עס איז נישט קלאר פארוואס עס איז נישט גענומען געווארן קיין זיכערהייט מאסנאמען. מערסטענס פון די באטראפענע זענען לאקאלע, אבער אויטאריטעטן האבן באשטעטיגט אז כאטש 36 זענען אויסלענעדער, אריינגערעכענט פון אמעריקע, יאפאן, כינע און אנדערע.








באריכט פון לוי מאיער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל