גאַסט עדיטאָריעל צו דער איד

די חרד'ישע אידענטום בכלל, און וויליאַמסבורג בפרט, האָבן זיך געטראָפן די וואָך אין ספּאַט-לייט פון די מידיאַ צוליב דעם מיזעלס אויסברוך וואָס בוזשעוועט אַמשווערסטן צווישן ערליכע אידן.

ס'איז שוין וואָכן און חדשים וואָס די שטאָט, דאָקטוירים, עסקנים און די מוסדות התורה, בעטן זיך צו ענדיגן מיט די וואַנזיניגקייט וואָס האָט זיך אַריינגעכאַפּט ביי אַ קליינעם טייל פון חרדי'שע אידן נישט צו געבן די קינדער וואַקסינאַציעס וואָס דאָס האָט געפירט צו די פאַרשפּרייטונג פונעם מיזעלס אויסברוך. דער איד האָט געווידמעט אַסאַך זייטן במשך די לעצטערע חדשים, פאַר רעפּאָרטאַזשן און אַנאָנסן איבער די שעדליכקייט פון מיזעלס און די וויכטיגקייט זיך צו וואַקסינירן.

אָבער, ס'איז נאָך אַלץ דאָ אַ קליינע צאָל פאַר'עקשנ'טע עלטערן וואָס פאַרשטייען בעסער פון יעדן.

מיר זענען נישט קיין דאָקטוירים, מיר האָבן נישט שטודירט מעדיצין און סטאַטיסטיקס אַזוי ווי די אַלץ-ווייסערס וואָס וואָרענען אייך וועגן די וואַקסינען. מיר ווייסן אָבער יא וועמען מ'געטרויעט ווען חלילה ס'איז דא אַן ערנסטע געזונטהייט אישו.

ווען ס'איז דא אַן עמוירדזשענסי ח"ו, לויפט מען רופן 'הצלה'.

ווען מ'האָט א שאלה צי מ'זאָל פאַסטן יום כיפור, פרעגט מען אַ געהעריגן דאָקטאָר — נישט איינעם וואָס קען אפשר ראָטן איבער דיעטעס.

ווען מ'דאַרף באַשליסן צו מאַכן אַן ערנסטע אַפּעראַציע רופט מען נישט קיין האַטליינס, נאָר מען גייט צו אַ געהעריגן דאָקטאָר.

ווען מ'דאַרף אַ רעפעראַל צו אַ גוטן דאָקטאָר פאַר אַן ערנסטע געזונטהייט פּראָבלעם שטעלט מען זיך נישט אַראָפּ ביים באָס סטאַפּ זוכן א גוטן אַדרעס, נאָר מ'רופט די געטרייע רבנים וועלכע פאַרשטייען צו עניני רפואה אָדער די אַנערקענטע מעדיקל רעפעראַל אָרגאַניזאַציעס.

די אַלע זאָגן קלאָר אַז מ'דאַרף זיך וואַקסינירן.

איז דען שייך צו צווייפלען וועמען מ'דאַרף האָרכן?!

זינלאָז!

מיר זענען באַפוילן געוואָרן: ונשמרתם מאד לנפשותיכם, און אויב די אַנערקענטע מומחים זאָגן אונז אַז מ'דאַרף נעמען די וואַקסינען, איז מען מחוייב עס צו טון.

די וואָך האָבן מיר געהערן געוויסע זאָגן אַז זייער קינד האָט געהאַט 'מיזעלס', און ס'איז וואונדערבאַר.

ס'איז נאַריש אפילו דאָס אָפּצוענטפערן. קיינער לייקנט נישט אַז רוב מענטשן ערהוילן זיך דערפון, אָבער ביי כמעט אַ צענטל דאַרף מען אָנקומען אין שפּיטאָל, זייער אַסאַך באַקומען לונגען אַנטצידונגען, ביים איצטיגן אויסברוך זענען פינף פּאַציענטן אין ניו יאָרק שוין אָנגעקומען אין אינטענסיוו קעיר יוניט, און דער אייבערשטער זאָל העלפן אַז זיי זאָלן אַלע אַרויסגעקומען געזונטערהייט.

די אינפעקציע קען זיך חלילה ענדיגן מיט דאָס ערגסטע, אַ געשווילעכטס אין מח און נאָך גאָר ערנסטע קאָמפּליקאַציעס. מעג אַ איד נעמען די ריזיקע ווייל ס'איז געלונגען?!

אָבער פיל מער פון דעם איז דאָס וואָס עס איז קלאָר אַז פאַר פּאַציענטן וועלכע ליידן אויף יענע מחלה און דאַרפן גיין אויף טריעטמענטס, אָדער אַנדערע מענטשן וואָס מוטשען זיך מיט געזונטהייט אישוס, איז דאָס ממש אַ סכנה. מיר האָבן געהערט א טענה פון די גרופּע אַז די וואָס זענען אין סכנה זאָלן זיי זיך היטן. זאָלן די אומגעזונטע קינדער נישט קומען אין חדר.

איז מעגליך אַז מ'הערט אַזאַ טענה פון אידן?!

דאָס איז אכזריות, האַרצלאָז!

זיי האַלטן אַז קינדער וואָס דאַרפן גיין אויף טריעטמענטס ח"ו, אָדער דרייען זיך אין שפּיטעלער צוליב אַנדערע געזונטהייט באַהאַנדלונגען, און זיי לעכצן שוין צו טרעפן זייערע חברים/חבר'טעס, און אויך צו זיין אין חדר, זאָלן זיי דאַרפן בלייבן אינדערהיים ווייל אַנדערע האָבן עפּעס אַ פּוסטע איינרעדעניש קעגן וואַקסינירן.

וואו איז דאָס האַרץ זיך צו איזדיעקעווען אויף חולי ישראל? וויאַזוי קען מען שטעלן אַנדערע אין סכנה צוליב פאַנטאַזיעס?

אַז איר זענט פאַרגלויבט אין איינרעדענישן, אַז איר ווילט צוריקגיין צו הונדערט יאָר צוריק ווען מ'האָט נישט גענומען קיין וואַקסינען, האַלט אויך אייערע קינדער אינדערהיים ווי הונדערט יאָר צוריק, אָבער שטעלט נישט קיין אַנדערע אין קיין סכנה, און פאַרשווערט נישט דאָס לעבן פאַר די וואָס מוטשען זיך שוין גענוג.

צום לעצט, אויב איינער האָט נאָך אַ צווייפל צי די אַנטי-וואַקסין באַוועגונג האָט עפּעס מיט אידישקייט אָדער נאָרמאַלקייט, דאַרף מען בלויז באַטראַכטן וויאַזוי די גרופּע קעמפט פאַר זייער צוועק.

ווען דער דעפּאַרטמענט אָוו העלט האָט באַפוילן מ'זאָל נישט שיקן אומוואַקסינירטע קינדער אין די מוסדות, האָבן זיי געקעמפט דערקעגן מיט ציין-און-נעגל, ווי גלייך האַלטן אַ געזונט קינד אינדערהיים ביז דער אונטערגאַנג ענדיגט זיך איז עק-וועלט. זייער פאַרביסענער קאַמף, האָט געפירט אַז די אינפעקציע זאָל זיך נאָכמער פאַרשפּרייטן, און די סיטי זאָל אַראָפּקומען גאָר שטרענג, און איצט מוטשען זיי זיך שוין מיט די אויסשליסונג פאַר חדשים, אַנשטאַט וואָכן. אין אַנדערע געגנטן, איז דער אונטערגאַנג שוין פאַריבער, אָבער נאָר צוליב זייער פאַרביסנקייט ליידן זיי.

צוליב זייער עקשנות'דיגן קאַמף, האָט איצט די סיטי אַרויסגעגעבן די פאַראָרדענונג אַז יעדער איינער אין וויליאַמסבורג זאָל זיך וואַקסינירן.

צוליב דעם קאַמף, איז איצט דאָ אַ געזעץ-פאָרשלאַג אין אָלבאַני גענצליך צו פאַרבאָטן דאָס קענען נוצן רעליגיעזע סיבות אַלס אויסרייד זיך נישט צו וואַקסינירן. אויב דאָס גייט דורך, וועלן די עלטערן מער נישט האָבן קיין ברירה נאָר וועלן מוזן געבן אַלע וואַקסינען — נישט נאָר איצט, נאָר אייביג פון היינט-און-ווייטער.

צוליב דעם קאַמף, מוזן אפילו די וואָס האָבן לעגיטימע געזונטהייט עקזעמפּשאָנס אויך האַלטן די קינדער אינדערהיים.

די קליינע גרופּע אַנטי-וועקסערס האָבן זיך אויפגעשטעלט רעדן אין די פּרעסע און פאַרשוואַרצט דאָס פנים פון ערליכע אידן, ווי גלייך מיר קענען נישט אָנפאַרטרויעט ווערן מיט מאַכן די ריכטיגע באַשליסן פאַר אונזערע קינדער, און ווי גלייך מיר פאַרשפּרייטן די אינפעקציע.

מ'האָט שוין געהערט פון פעלער אין געוויסע ערטער וואָס מענטשן זאָגן אַז מ'זאָל זיך דערווייטערן פון אידן, כדי נישט איבערצוכאַפּן אינפעקציעס. דאָס דערמאַנט אין די מיטל-אַלטער בלבולים אַז אידן זענען געווען שולדיג אין מגפות וואָס האָט געפירט צו שרעקליכע אַנטיסעמיטיזם. דאָס קען חלילה אָנצינדן אַ פייער פון שנאת ישראל.

זייער גאַנצער קאַמף איז געפירט געוואָרן אויף אַן אומאויסגערעכנטן און נישט-אידישן וועג, וואָס האָט בלויז געשעדיגט זייערע אינטערעסן און געברענגט אַ שרעקליכן חילול השם, און שפּילט אַריין אין די הענט פון די וואָס ווילן אונטערברענגען די זעלבסט-שטענדיגקייט פון אונזערע ישיבות.

וואָס נאָך דאַרף פּאַסירן חלילה אַז מ'זאָל איינזען אַז לא זו הדרך?


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל