היינט מאנטאג איז דער אפיציעלער ״שטייער טאג״ ווען אמעריקאנער ענדיגן אפצאלן זייערער שטייערן, און אן אנקעטע צייגט אז רוב אמעריקאנער זענען אומצופרידן מיט  די נייע שטייער געזעצן. פרעזידענט טראמפ טוט אפט זיך בארימען מיט זיין אויסטערלישע שטייער שניטן וואס – לויט אים – בענעפעטירט רוב אמעריקאנער מיטל קלאס ארבעטער, אבער אן אנקעטע צייגט אז בלויז 17 פראצענט אמעריקאנער זאגן אז זייערע שטייערן זענען אראפ א דאנק דעם ביל, און ארום 40 פראצענט זאגן אז זיי האבן נישט געזען קיין שום טויש אין זייערע שטייערן, און ארום 32 זאגן אז זיי צאלן יעצט העכערע שטייערן. ווייסע הויז עקספערטן זאגן אז דער פראבלעם איז אז א גרויס טייל פון די בענעפיטן פאר די עקאנאמיע וועט נעמען עטליכע יאר צו זען דעם דיפערענץ, און אזוי אויך צוליב דעם וואס א דאנק מער פונטקליכע חשבונות קריגן אסאך אמעריקאנער ווייניגער אינעם טעקס ריטוירן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל