פרעזידענט טראמפ האט היינט קלארגעשטעלט אז ער גייט ווייטער מיט׳ן פלאן צו אפשיקן אומלעגאלע אימיגראנטן אין די דעמאקראטישע שטעט ווי שיקאגא און סאן פראנציסקא וועלכע האבן א ״סענקטשוערי״ סטאטוס און די דארטיגע פאליציי אינפארסירן נישט קיין אימיגראציע געזעצן. דער פרעזידענט זוכט דערמיט צו פארפלייצן די שטעט מיט אימיגראנטן וועלכע האבן מער נישט קיין פלאץ אין די פעדעראלע אימיגראציע טורמעס און גלייכצייטיג פארשטערקערן די דרוק אויף דעמאקראטן אין קאנגרעס צו שטערענגער מאכן די אימיגראציע געזעצן. דער באריכט איבער אזא פלאן איז ארויסגעקומען אין די פרעסע פרייטאג פון אנאנימע קוועלער אינעם ווייסן הויז און דאס ווייסע הויז האט דאס געלייקנט, אבער באלד נאכדעם האט פרעזידענט טראמפ דאס באשטעטיגט און האט היינט קלארגעשטעלט אז ער גייט ווייטער מיט דעם פלאן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה