דער בראזיליאנער פרעזידענט האט געהויבן פילע פלייצעס מיט זיין מאדנע באמערקונגען איבער דעם האלאקאוסט זאגנדיג אז מען קען מוחל זיין פאר די האלאקאוסט, זאגנדיג ״טראץ וואס מיר קענען פארגעבן קענען מיר נישט פארגעסן…״. די באמערקונגען זענען געקומען נאכדעם וואס ביי זיין באזוך אין ״יד ושם״ מוזעאום פאריגע וואך האט ער געזאגט אז די נאציס זענען געווען ״לינקע״, א זאך וואס האט אויך געברענגט אויפברויז אלס א פאליטישע און היסטאריש-גרייזיגע באמערקונג. דער פרעזידענט פון מדינת ישראל האט אין רעאקציע צו זיינע ווערטער געזאגט ״קיינער קען נישט מוחל זיין אין נאמען פונעם אידישן פאלק״.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל