פּרעזידענט דאַנעלד טראָמפּ האט וועטאָאירט דינסטאָג אַ רעזאָלוציע וואס קאנגרעס האט דורכגעפירט פריער דעם חודש, וואס פארלאנגט אַז ער זאל צוריקציען אמעריקאנער שטיצן פאַר די סאַודי אראביע געפירטע קריג אין תימן.

"די רעזאָלוציע איז אַן אומנויטיגע, געפערליכע פרווו אָפּצושוואכן מיין קאָנסטיטוציאַנאַלע אויטאָריטעט, ריזיקירנדיג די לעבן פון אמעריקאנער בירגערס און העלדישע סאלדאטן, סיי היינט און סיי אין דער צוקונפט", האט טראָמפּ געזאגט אין אַ בריוו צו די געזעצגעבער נאך זיין צווייטע וועטאָ זינט ער איז געווארן פּרעזידענט.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל