עפעס זעהט טראמפ היינט נישט קיין נחת מיט די לעגיסלאטיווע צווייג...
דער רעפובליקאנער-קאנטראלירטע סענאט האט דערלאנגט א פאליטישע נידערלאגע צום ווייסן הויז מיט׳ן גייען קעגן די טראמפ אדמיניסטראציע פאליסי, און געשטימט אויף א רעזאלוציע וועלכע רופט פאר א באלדיגע ענדע צו די הילף וואס אמעריקע שענקט פאר סאודי אראביע אין איר קריג אין תימן קעגן די איראנער-געשטיצטע הוטי רעבעלן.
דער רעזאלוציע - וועלכע איז אריבער 56-41, מיט מיינסטענס דעמאקראטישע שטימען און א ענגע צאל רעפובליקאנער – קומט אין רעאקציע צו די פארמערטע מענטשן רעכט פארלעצונגען פון סאודי אראביע, און דרוקט אויס זארג איבער די פילע ציווילע פאטאליטעטן אין די סאודיער באמבאדירונגען אין איראן.
א ווארטזאגער פאר די אדמיניסטראציע האט געזאגט, אז דער אמעריקאנער שטיצע פאר סאודי אראביע איז א סטראטעגישע פריאריטעט פאר אמעריקע, און אז דער פרעזידענט וועט וועטאָאירן דעם רעזאלוציע נאכדעם וואס עס גייט אריבער אין קאנגרעס.

הוסף רשומת תגובה