מדינת ישראל לופט כוחות האָבן באָמבאַדירט מיליטערישע ציהלן אין די דרום עזה פרייטאג פאַרטאָגס, אין ענטפער צו אַ זעלטענע ראַקעט אטאקע אויף די שטאט תל אביב, ווען ביידע זייטן לאזן זיך אריין אין אַ נייע רונדע פון געוואַלדטאַטן רח"ל. די ראַקעט אַטאַקע דאָנערשטאג ביינאַכט האט - וואו באַריכטעט - געכאפט די מדינת ישראל מיליטער ביי סורפרייס, און אפגעצייכנט דאס ערשטער מאָל וואס תל אביב, איבער פופציג מייל צפון פון עזה, איז געציהלט געווארן זינט די קריג אין 2014. כאָטש וואס די אטאקע האָט נישט געברענגט קיין שאָדן אָדער פארוואונדעטע, עס איז דאך געווען אַ באדייטענע אויפשטייג אין געוואַלדטאטן.

דער פּרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו האט פאררופן אַ עמודזשענסי זיצונג מיט זיין מיליטערישע הויפּט און אנדערע וויכטיגע זיכערהייט באאמטע, און באלד נאכדעם האבן די ישראל'ישע קריגס עראפלאנען אטאקירט ציהלן אין דרום און צענטראל עזה. די ארויפרייסן זענען געווען אַזוי שטאַרק, אַז רויך האט געקענט געזעהן ווערן אין עזה סיטי, 15 מייל אַוועק.


באריכט פון גמליאל כ"ץ צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל